Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




בריוו צו די יידן 4:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא.

Gade chapit la Kopi




בריוו צו די יידן 4:15
20 Referans Kwoze  

ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).


און איר ווייסט, אז ער איז אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל אוועקנעמען אונדזערע זינד; און אין אים איז נישטא קיין חטא.


וועלכער האט קיין חטא נישט געטאן, נישט איז געפונען געווארן א פאלשקייט אין זיין מויל;


ווארום פאר אונדז איז געווען פאסן אזא כהן גדול, (וואס איז) הייליק, אומשולדיק, לויטער, אפגעזונדערט פון חוטאים און דערהייבט איבער די הימלען;


דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז דורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני‑מאמין.


קען מיטפילן מיט די אומוויסנדע און בלאנדזשענדיקע, ווייל אויך ער איז ארומגערינגלט מיט שוואכקייט;


ווער פון אייך באשולדיקט מיך וועגן א חטא? אויב איך זאג דעם אמת, פארוואס גלויבט איר מיר נישט?


איר אבער זענט עס, וואס זענען פארבלייבן מיט מיר אין די נסיונות מיינע;


פערציק טעג לאנג און איז אויסגעפרואווט געווארן פון שׂטן. און ער האט גארנישט געגעסן אין יענע טעג; און ווען זיי האבן זיך געענדיקט איז ער הונגעריק געווארן.


א צעשפאלטן שטעקל וועט ער נישט צעברעכן, און טליענדיקן פלאקס וועט ער נישט אויסלעשן, ביז ער וועט אויספירן משפט צום זיג.


דעמאלט איז יהושע/ישוע געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר אריין, כדי דער שׂטן זאל אים אויספרואוון.


ווארום וואס די תורה האט נישט געקענט טאן, ווייל זי איז אפגעשוואכט געווארן דורכן פלייש, האט ה׳ שיקנדיק זיין אייגענעם זון אין דעם געשטאלט פון זינדיק פלייש און וועגן דער זינד, פאראורטיילט די זינד אינם פלייש;


אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite