3 ווארום ער איז ראוי געווען אויף מער כבוד ווי משה, פונקט ווי דער, וואס האט געבויט א הויז, האט מער כבוד ווי דאס הויז אליין.
ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.
מיר זען אבער יהושען/ישוען, אים, וואס איז אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים דורך די יסורים פון טויט, געקריינט מיט כבוד און הערלעכקייט, אז ער זאל, דורך ה׳ס חסד, טועם זיין דעם טויט פאר יעדן (מענטשן).
אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף.
און ער איז דער קאפ פון דעם גוף, די קהלה; ער איז דער אנהויב, דער בכור פון די טויטע, כדי ער זאל זיין אין אלעם דער ערשטער.
און איך זאג דיר אויך: דו ביסט פעטרוס, און אויף דעם דאזיקן פעלדזן וועל איך בויען מיין קהלה; און די טויערן פון שאול תחתית וועלן זי נישט בייקומען.
און אויב די עבודה פון דעם טויט, מיט אותיות אויסגעקריצט אויף שטיינער, איז געווען מיט הערלעכקייט, אזוי, אז די בני ישראל האבן נישט געקענט בליקן אויף משהס פנים צוליב דער הערלעכקייט פון זיין פנים, וואס האט דאך געהאלטן ביים פארגיין. (שמות לד, כט-לה.)
ווארום יעדעס הויז איז פון עמיצן געבויט געווארן, אבער דער, וואס האט אלץ געבויט איז ה׳.