Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




בריוו צו די יידן 13:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 אייער ליבע זייט—אָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט: איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן, איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן. (דברים לא, ו.)

Gade chapit la Kopi




בריוו צו די יידן 13:5
46 Referans Kwoze  

דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג?


זארגט זשע נישט אויף מארגן; מחמת דער מארגנדיקער טאג וועט זארגן פאר זיך אליין. דער טאג האט גענוג זיין אייגן בייז.


טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה;


און אויך זעלנער האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און מיר, וואס זאלן מיר טאן? און ער האט צו זיי געזאגט: באדריקט קיינעם נישט, ברענגט נישט קיין מסירות אויף קיינעם, און באגענוגענט אייך מיט אייער געהאלט.


האבן אויגן פול מיט זנות און נישט געזעטיקטע פון זינד; לאקן צו זיך אומסטאביל נפשות; האבן אן הארץ געוואוינט צו געלטגייציקייט; זענען קינדער פון א קללה;


נישט קיין טרינקער, נישט קיין שלעגער; נאר מילד, נישט קיין בעל מחלוקת, נישט קיין געלטליבהאבער;


ווארום דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז קיין נואף אדער אומזויבערער (מענטש) אדער געלטגייציקער, וואס איז ווי א געצנדינער, האט נישט קיין נחלה אין דעם מלכות פון דעם משיח און ה׳.


און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.


זנות אבער און יעדע טומאה אדער גייציקייט זאל אפילו נישט דערמאנט ווערן ביים נאמען צווישן אייך, ווי עס שטייט אָן פאר הייליקע;


איצט אבער האב איך אייך געשריבן, אז איר זאלט זיך נישט מישן, ווען עמיצער, וועלכער רופט זיך ברודער, איז א נואף, אדער א געלטגייציקער, אדער א געצנדינער, אדער א לעסטערער, אדער א שכור, אדער א גזלן; מיט אזעלכן זאלט איר אפילו נישט עסן צוזאמען.


און דאס וואס איז געפאלן צווישן די דערנער, זיי זענען עס, וואס הערן; און אוועקגייענדיק ווערן זיי דערשטיקט פון די דאגות און עשירות און תענוגים פון דעם לעבן, און ברענגען נישט קיין פירות צו רייפקייט.


ניאופים, געלט גייציקייט, שלעכטסקייטן, כיטרעקייט, צעלאזנקייט, א שלעכט אויג, חלול השם, גאווה, אומבאקימערטע נארישקייט;


וויי איז צו זיי, ווייל זיי זענען געגאנגען אויף קינס דרך, און האבן זיך געווארפן אויף בלעמס פארפירונג פאר א לוין, און זענען אומגעקומען אין דער ווידערשפעניקייט פון קורחן!


נישט קיין גנבים, נישט קיין (געלט) גיריקע, נישט קיין זויפער, נישט קיין לעסטערער, נישט קיין רויבער, וועלן ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.


זיי זענען אנגעפילט געווארן מיט יעדער רישעות, שלעכטסקייט, זנות, גלוסטשאפיק תאוות גייציקייט, בייזוויליקייט, פול מיט קינאה, מערדעריי, קריג, אפנארעריי, כיטרעקייט, רכילות,


זאמלט אייך נישט איין קיין אוצרות אויף דער ערד, וואו מילב און זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן אונטער און גנבענען אוועק.


מיר ווערן גערודפט, אבער נישט פארלאזן; מיר ווערן אנידערגעווארפן, אבער נישט פארלוירן ווערן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite