Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




בריוו צו די יידן 10:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 ווארום די געזעץ, האבנדיק נאר א שאטן פון די קומענדיקע גוטע זאכן, נישט דאס רעאל סובסטאנץ פון די זאכן אליין, קען קיינמאל נישט מאכן שלמותדיק די, וואס קומען מיט די קרבנות, וואס מען איז מקריב אָן אויפהער יאר איין יאר אויס.

Gade chapit la Kopi




בריוו צו די יידן 10:1
13 Referans Kwoze  

וועלכע דינען צו א סקיצע און א שאטן פון הימלישע זאכן, לויט ווי משה איז באפוילן געווארן, ווען ער האט געזאלט פארענדיקן דאס משכן; ווארום ער האט צו אים געזאגט: זע, דו זאלסט אלץ מאכן לויט דעם מוסטער, וואס איז דיר געוויזן געווארן אויפן בארג.


אבער משיח, קומענדיק ווי א כהן גדול פון די גוטע קומענדיקע זאכן, דורך דעם גרעסערן און מער פאלקאמענעם משכן, דעם נישט מיט הענט געמאכטן, דאס הייסט נישט פון דער דאזיקער באשאפונג,


וועלכע זענען א שאטן פון די זאכן לעתיד לבוא, דער (עצם) גוף אבער איז פון דעם משיח.


דעריבער איז עס טאקע געווען נויטווענדיק, אז די מוסטערן פון די הימלישע זאכן זאלן גערייניקט ווערן מיט די דאזיקע, אבער די הימלישע זאכן אליין מיט בעסערע קרבנות, ווי די דאזיקע.


נישט כדי מערערע מאל זיך אליין מקריב צו זיין, ווי דער כהן גדול גייט אריין אין דעם קדשי קדשים יאר איין יאר אויס מיט פרעמד בלוט;


ווארום וואס די תורה האט נישט געקענט טאן, ווייל זי איז אפגעשוואכט געווארן דורכן פלייש, האט ה׳ שיקנדיק זיין אייגענעם זון אין דעם געשטאלט פון זינדיק פלייש און וועגן דער זינד, פאראורטיילט די זינד אינם פלייש;


דעריבער, אויב די שלימות וואלט טאקע געווען דורך דער כהונה פון די לוויים, אונטער וועלכער די תורה איז געגעבן געווארן צום פאלק, צו וואס איז נאך נויטיק, אז אן אנדערער כהן גדול זאל אויפשטיין לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק, און נישט גערופן ווערן לויט דער ארדנונג פון אהרן?


לאמיר קומען מיט אן אויפריכטיק הארץ אין דער פולקייט פון אמונה מיט אונדזערע הערצער גערייניקט פון א בייז געוויסן און מיט גופים געוואשענע אין ריין וואסער;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite