4 נאר זאל יעדער איינער אויספרובירן זיין אייגן טאן, און דעמאלט וועט ער האבן דעם רום בלויז פאר זיך אליין, און נישט קעגן דעם אנדערן.
זוכט אייך אליין אונטער, צי איר זענט אין דער אמונה; פרובירט אייך אליין אויס. אדער ווייסט איר נישט אליין, אז יהושע/ישוע המשיח איז אין אייך? אחוץ אויב איר זענט פארווארפענע.
נאר זאל זיך א מענטש אליין אויספרואוון, און אזוי עסן פון דעם ברויט און טרינקען פון דעם כוס.
ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך.
דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער.
ווארום אפילו די געמלטע אליין היטן נישט אפ די געזעץ (פון תרי״ג פארדינען זיך זכות); נאר זיי ווילן, אז איר זאלט זיך מל זיין, כדי זיי זאלן זיך בארימען מיט אייער פלייש.
דער פלאנצער און דער באוואסערער זענען איינס; און יעדער וועט באקומען זיין אייגענעם שכר לויט זיין אייגענער פראצע.
וועט עמיצנס ארבעט, וואס ער האט דערויף געבויט, בלייבן (שטיין), וועט ער באקומען א שכר.
כדי אייער בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע זאל פארמערט ווערן דורך מיין קומען צו אייך נאכאמאל.