Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




גאלאטער 6:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 ברידער, ווען אפילו א מענטש ווערט געכאפט אין עפעס אן עבירה, זאלט איר, די אנשי הרוח, אזעלכן ווידער אויפשטעלן אין א גייסט פון ענווה; אכטונג געבנדיק אויף דיר אליין, טאמער וועסטו אויך קומען צו א נסיון.

Gade chapit la Kopi




גאלאטער 6:1
41 Referans Kwoze  

מיר, די שטארקע, האבן א חוב, סובל צו זיין די שוואכקייטן פון די שוואכע, און נישט זיך אליין צו באפרידיקן.


דאך זאלט איר אים נישט באטראכטן ווי קיין שונא, נאר שטראפט אים ווי א ברודער.


וואס זאגט מיט עניוות שטראפרייד צו די ווידערשפעניקע; אפשר וועט ה׳ זיי שענקען תשובה, צום דערקענען דעם אמת,


ווען עמיצער זעט זיין ברודער זינדיקן א חטא, וואס איז נישט צום טויט, זאל ער בעטן (פאר זיינעטוועגן), און ער (ה׳) וועט אים געבן לעבן, פאר די, וועלכע זינדיקן נישט צום טויט. עס איז פאראן א זינד צום טויט; נישט פאר יענער זאג איך, אז ער זאל בעטן!


אזוי, אז להיפך איר זאלט אים ליבער מוחל זיין און טרייסטן, כדי דער זעלביקער זאל נישט פארזינקען אין איבערמאסיקן צער.


און גלייכע שטעגלעך זאלט איר מאכן פאר אייערע פיס, כדי דאס לאמע זאל זיך נישט אפנייגן, נאר גיכער זאל עס געהיילט ווערן.


דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה;


דעם שוואכן אין דער אמונה זאלט איר מקרב זיין, נאר נישט צו האלטן וויכוחים איבער צווייפלהאפטע מיינונגען.


דעריבער דער, וואס מיינט, אז ער שטייט, זאל אכטונג געבן, אז ער זאל נישט פאלן.


וואס ווילט איר? זאל איך קומען צו אייך מיט א רוט, אדער מיט ליבע און מיט דעם גייסט פון ענווה?


ווארום אין א סך זאכן שטרויכלען מיר אלע. אויב עמיצער שטרויכלט נישט אין קיין ווארט, איז ער א שלמותדיקער מענטש, בכוח צו האלטן אפילו דעם גאנצן גוף אין דער צוים.


און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:


גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.


אויב עמיצער מיינט, אז ער איז א נביא אדער באשענקט מיט גייסט, זאל ער דערקענען (אין דעם), וואס איך שרייב צו אייך, אז עס איז דעם הארס געבאט.


שיידט זיך נישט אפ איינס פונם אנדערן, אחוץ אויב איר זענט מרוצה דערויף ביז צו א געוויסער צייט, כדי איר זאלט זיך אפגעבן מיט תפילה, און קומט זיך ווידער צונויף, כדי דער שׂטן זאל אייך נישט ברענגען צו קיין נסיון דורך אייער נישט איינגעהאלטנקייט.


דער רוחניותדיקער (מענטש)—(איש הרוח)—אבער משפט אלץ, און ווערט אליין פון קיינעם נישט געמשפט.


ווארום דאס טראכטן פון דעם פלייש איז דער טויט, אבער דאס טראכטן פונם גייסט איז לעבן און שלום;


נעמט מיין יאך אויף זיך, און לערנט פון מיר; ווייל איך בין אן ענו און פון א נידריק געמיט, און איר וועט געפינען מנוחה פאר אייערע נשמות.


ווער איז א חכם און א פארשטאנדיקער צווישן אייך? זאל ער ארויסווייזן זיינע מעשים דורך זיין גוטער פירונג מיט עניוותדיקייט פון חכמה.


געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף.


ענווה, שליטה איבער זיך; קעגן אזעלכע זאכן איז נישט פאראן קיין געזעץ.


און איך, ברידער, האב נישט געקענט רעדן צו אייך ווי צו רוחניותדיקע (מענטשן) נאר ווי צו פליישלעכע, ווי צו זייגעדיקע קינדער אינם משיח.


און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון יהושע/ישוע, וואס ער האט אים געהאט געזאגט: איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט ביטער געוויינט.


און פעטרוס איז געזעסן אינדרויסן אויפן הויף. און א דינסטמויד איז צוגעקומען צו אים, און האט געזאגט: אויך דו ביסט געווען מיט יהושע/ישוע הגלילי!


דער חסד פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח (זאל זיין) מיט אייער גייסט, ברידער. אמן.


און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן.


דערפאר בעט איך אייך, איר זאלט באשטעטיקן אים (ארויסצואווייזן) ליבע.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite