25 אויב מיר לעבן דורכן גייסט, לאמיר אויך זיך אויפפירן אינם גייסט.
איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש.
דער גייסט איז עס, וואס מאכט לעבעדיק; דאס פלייש נוצט צו גארנישט; די ווערטער, וואס איך האב גערעדט צו אייך, זענען גייסט, און זענען לעבן.
ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט.
וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק.
ווארום דערפאר איז די בשורה טובה אנגעזאגט געווארן אויך צו די מתים, כדי זיי זאלן געמשפט ווערן אינם לייב ווי מענטשן, זאלן אבער לעבן אינם גייסט לויט ה׳.
אויב אבער משיח איז יא אין אייך, איז דער גוף טויט דורך זינד, אבער דער גייסט איז לעבן דורך צדקות.
און אָט אזוי שטייט טאקע געשריבן: דער ערשטער מענטש, אדם, איז געווארן א לעבעדיקע זעל (בראשית ב, ז.); דער אדם האחרון צו א לעבעדיק מאכנדיקן גייסט.
און נאך דריי און א האלבן טאג איז אריינגעגאנגען אין זיי א גייסט פון לעבן פון ה׳, און זיי האבן זיך געשטעלט אויף זייערע פיס; און א גרויסע מורא איז געפאלן אויף די, וואס האבן זיי געזען.
ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן;