18 אויב אבער איר ווערט געפירט פונם גייסט, זענט איר נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ.
ווארום אלע, וואס ווערן געפירט פון ה׳ס גייסט, זענען ה׳ס קינדער.
אויב מיר לעבן דורכן גייסט, לאמיר אויך זיך אויפפירן אינם גייסט.
איך זאג אבער: לעבט אינם גייסט און דערפילט נישט די תאוות פונם פלייש.
אזוי אויך, ברידער מיינע, זענט איר טויט געמאכט געווארן צו דער געזעץ דורך דעם גוף פונם משיח, אז איר זאלט געהערן צו אן אנדערן, צו דעם אויפגעשטאנענעם פון די טויטע, כדי מיר זאלן ברענגען פירות צו ה׳.
דאך ווען ער וועט קומען, דער גייסט פון אמת, וועט ער אייך פירן אין דעם גאנצן אמת אריין; ווארום ער וועט נישט רעדן פון זיך אליין, נאר אלץ, וואס ער הערט, וועט ער רעדן; און ער וועט אייך אנזאגן דאס, וואס דארף ערשט קומען.
ווארום ה׳ האט אונדז נישט געגעבן קיין גייסט פון פחד, נאר פון גבורה און ליבע און שליטה איבער זיך אליין.
וויסנדיק דאס דאזיקע, אז די תורה איז נישט געזעצט געווארן פאר דעם צדיק, נאר פאר די רשעים און ווידערשפעניקע, פאר די ג‑טלאזע און חוטאים, פאר די טמאים און חלל, פאר די, וואס שלאגן פאטער און מוטער, רוצחים,
צוליב דעם, ברידער, זענען מיר בעלי חוב, נישט צום פלייש, צו לעבן לויטן פלייש;
ענווה, שליטה איבער זיך; קעגן אזעלכע זאכן איז נישט פאראן קיין געזעץ.