Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




גאלאטער 4:26 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

26 אבער דאס ירושלים של מעלה איז פריי, דאס איז אונדזער מוטער.

Gade chapit la Kopi




גאלאטער 4:26
27 Referans Kwoze  

נאר איר זענט געקומען צום הר ציון און צו דער שטאט פונם לעבעדיקן ג‑ט, דעם הימלישן ירושלים און צו צענער טויזנטער פון מלאכים,


ווארום אונדזער בירגער רעכט איז אין הימל, פונוואנען מיר דערווארטן אויך דעם גואל, דעם האר יהושע/ישוע המשיח,


און די הייליקע שטאט ירושלים האב איך געזען אראפנידערן ביי אויס דעם הימל פון ה׳, צוגעגרייט ווי א כלה אויסגעצירט פאר איר מאן.


דעם, וואס איז מנצח, וועל איך מאכן פאר א זייל אין דעם היכל פון מיין ג‑ט, און ער וועט מער נישט ארויסגיין (פון דארטן); און איך וועל אויפשרייבן אויף אים דעם נאמען פון מיין ג‑ט, און דעם נאמען פון דער שטאט פון מיין ג‑ט, דאס נייע ירושלים, וואס נידערט אראפ פון הימל פון מיין ג‑ט, און מיין נייעם נאמען.


ווארום עס שטייט געשריבן, אז אברהם האט געהאט צוויי זין, איינעם פון דער דינסטמויד און איינעם פון דער פרייער (פרוי).


און זייענדיק באפרייט פון דער זינד, זענט איר משועבד געווארן צו צדקות.


ווייל די זינד וועט נישט קעניגן איבער אייך, ווארום איר זענט נישט אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, נאר אונטער דעם חסד.


דעריבער אויב דער זון וועט אייך באפרייען, וועט איר וויקלעך זיין פריי.


אלס פרייע (מענטשן) און דאך נישט ווי איר וואלט געהאט די פרייהייט ווי א צודעק פאר שלעכטס, נאר ווי ה׳ס קנעכט.


צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.


און אויף איר שטערן איז געווען אויפגעשריבן א נאמען, א סוד; בבל די גרויסע, די מוטער פון די זונות און פון די אומווירדיקייטן פון דער ערד.


און הגר איז דער בארג סיני אין אראביען, און איז גלייך צום איצטיקן ירושלים, ווארום זי איז אין קנעכטשאפט מיט אירע קינדער.


און א גרויס מופת האט זיך באוויזן אין הימל: א פרוי געקליידט מיט דער זון, און די לבנה אונטער אירע פיס, און אויף איר קאפ א קרוין פון צוועלף שטערן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite