24 די זאכן זענען א משל; ווארום דאס זענען צוויי בריתות (בונדן), איינער פונם בארג סיני, וואס מאכט געבוירן צו קנעכטשאפט, דאס איז הגר.
און הגר איז דער בארג סיני אין אראביען, און איז גלייך צום איצטיקן ירושלים, ווארום זי איז אין קנעכטשאפט מיט אירע קינדער.
דאס אלץ איז צו יענע געשען פאר א פארבילד, און עס איז געשריבן געווארן ווי א מוסר פאר אונדזערטוועגן, צו וועמען די וועלט צייטן האבן דערגרייכט זייער ציל.
כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן: איך וועל אויפעפענען מיין מויל אין משלים; איך וועל ארויסרעדן רעטענישן פון פארצייטנס. (תהלים עח, ב.)
און דער ג‑ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד,
און צו יהושען/ישוען דעם פארמיטלער פונם נייעם בונד (ברית חדשה), און צום בלוט פון באשפריצן, וואס רעדט בעסערס ווי הבלס (בלוט).
רעכענענדיק, אז ה׳ איז אימשטאנד אים אויפצוועקן אויך פון די טויטע; פונוואנען ער האט אים טאקע צוריקבאקומען בדרך משל.
אזוי איז יהושע/ישוע געווארן אן ערב פון א בעסערן בונד.
צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.
און אלע האבן געטרונקען דאס זעלביקע רוחניותדיקע געטראנק; ווארום זיי האבן געטרונקען פון דעם רוחניותדיקן פעלדזנשטיין, וועלכער האט זיי באגלייט; און דער פעלדזנשטיין איז געווען דער משיח.
ווייל איר האט נישט באקומען דעם גייסט פון קנעכטשאפט ווידער מורא צו האבן, נאר איר האט באקומען דעם גייסט פון אדאפטירונג, דורך וועלכן מיר רופן: אבא, טאטע פאטער.
פונקט אזוי אויך מיר, בשעת מיר זענען געווען קינדער, זענען מיר געווען אין קנעכטשאפט אונטער די עלעמענטארע כללים פון דער וועלט;