Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




גאלאטער 4:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 און וואו איז (אהינגעקומען) אייער געבענטשטקייט? ווארום איך זאג אייך עדות, אז אויב עס וואלט נאר מעגלעך געווען, וואלט איר זיך ארויסגענומען די אויגן און מיר געגעבן.

Gade chapit la Kopi




גאלאטער 4:15
17 Referans Kwoze  

דורך וועמען מיר האבן אויך באקומען דעם צוגאנג דורך אמונה צום דאזיקן חסד, אין וועלכן מיר שטייען; און לאמיר זיך משמח זיין אין דער האפענונג פון דעם כבוד פון ה׳.


ווארום איך זאג עדות וועגן אים, אז ער גיט זיך פיל מי פאר אייך און פאר די אין לאאדיצעא און אין היעראפאליס.


און איר זאלט זיי צוטיילן זייער פיל כבוד מיט ליבע צוליב זייער ארבעט. האט שלום צווישן זיך.


אזוי האט עס אונדז געצויגן צו אייך, אז מיר האבן געוואלט זיך טיילן מיט אייך, נישט בלויז מיט דער גוטער בשורה פון ה׳, נאר אפילו מיט אונדזער אייגן לעבן, ווייל איר זענט אונדז געווארן זייער טייער.


נאר זאל יעדער איינער אויספרובירן זיין אייגן טאן, און דעמאלט וועט ער האבן דעם רום בלויז פאר זיך אליין, און נישט קעגן דעם אנדערן.


די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,


קינדער מיינע, פאר וועמען איך לייד ווידער געבורטסווייען, ביז משיח וועט נישט געווינען אין אייך געשטאלט,


כדי די ברכה פון אברהמען זאל קומען צו די פעלקער אין יהושע/ישוע המשיחן; כדי מיר זאלן באקומען די הבטחה פון דעם גייסט דורך דער אמונה.


ווייל לויט זייערע כוחות, יא, איך זאג עדות, איבער זייערע כוחות, האבן זיי מנדב געווען,


און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.


ווארום איך זאג זיי עדות, אז זיי האבן א קנאות פאר ה׳, אבער נישט לויט דערקענטעניש.


איך וואלט געוואלט זיין אין חרם פונם משיח פאר מיינע ברידער, מיינע קרובים לויטן פלייש;


און די אויף דעם פעלדזן, דאס זענען זיי, וואס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאס ווארט מיט פרייד, זיי האבן אבער נישט קיין ווארצל; די גלויבן (נאר) אויף א געוויסע צייט, און אין א צייט פון נסיון פאלן זיי אפ.


און אייער נסיון אין מיין לייב האט איר נישט מבזה געווען און נישט פארווארפן, נאר ווי א מלאך פון ה׳ האט איר מיך אויפגענומען, ווי דעם משיח יהושע/ישוע.


בין איך דערפאר געווארן אייער שונא, ווייל איך האב אייך געזאגט דעם אמת?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite