Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




גאלאטער 3:27 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

27 ווארום איר אלע, וועלכע זענען געטובלט געווארן אין דער מקווה צום משיח, האבן זיך אנגעטאן משיחן.

Gade chapit la Kopi




גאלאטער 3:27
20 Referans Kwoze  

נאר טוט אָן דעם האר יהושע/ישוע המשיח, און זעט, אז אייער זארגן פאר קערפער זאל נישט דערפירן צום באפרידיקן די תאוות.


ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט.


דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן;


און האט אנגעטאן דעם נייעם, וועלכער ווערט באנייט צו דערקענטעניש לויט דעם אפבילד פון זיין באשעפער;


און זאלט זיך אנקליידן דעם נייעם מענטשן, וואס איז באשאפן געווארן לויט (דעם דמות) אלקים אין צדקות און קדושה פונם אמת.


און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק;


און ווען זי איז געטובלט געווארן אין דער מקווה, און איר הויזגעזינד, האט זי (אונדז) געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב איר האלט מיך פאר א גלויביקע אינם האר, קומט און שטייט איין אין מיין הויז. און האט אונדז שטארק געבעטן.


ווארום דער רוח הקודש איז נאך נישט געהאט געפאלן אויף קיין איינעם פון זיי; זיי זענען בלויז געווען געטובלט אין דער מקווה אינם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע.


און גלייך זענען אראפגעפאלן פון זיינע אויגן עפעס ווי שופן, און ער האט ווידער געזען, און איז אויפגעשטאנען און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה;


דער פאטער אבער האט געזאגט צו זיינע קנעכט: ברענגט געשווינט ארויס דאס בעסטע מלבוש און קליידט אים אָן; און גיט אים א רינג אויף זיין האנט, און שיך אויף די פיס;


און אלע זענען מקווה געטובלט געווארן צו משהן אין דעם וואלקן און אין דעם ים;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite