Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




גאלאטער 3:24 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

24 אזוי ארום איז די געזעץ געווארן אונדזער דערציער פאר דעם משיח, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה.

Gade chapit la Kopi




גאלאטער 3:24
16 Referans Kwoze  

ווארום דער תכלית פון דער תורה איז דער משיח צו צדקות פאר יעדן איינעם, וואס גלויבט.


און ווייל מיר ווייסן, אז קיין מענטש ווערט נישט גערעכטפערטיקט דורך מעשים פון דער תורה, נאר דורך דער אמונה פונם משיח יהושע/ישוע, האבן מיר אויך געגלויבט אין דעם משיח יהושע/ישוע, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה אינם משיח, און נישט דורך מעשים פון דער תורה; ווייל דורך מעשים פון דער תורה וועט קיין בשר נישט גערעכטפערטיקט ווערן.


וועלכע זענען א שאטן פון די זאכן לעתיד לבוא, דער (עצם) גוף אבער איז פון דעם משיח.


ווארום איך בין געשטארבן צו דער געזעץ דורך דער תורה, כדי איך זאל לעבן פאר ה׳.


און אז די אמונה איז שוין געקומען, זענען מיר מער נישט אונטער א דערציער.


ווארום ווען אפילו איר וואלט געהאט צען טויזנט מדריכים אינם משיח, האט איר אבער נישט געהאט קיין סך פאטערס; ווייל אינם משיח יהושע/ישוע האב איך אייך געבוירן דורך דער בשורה טובה.


וואס זשע זאלן מיר זאגן? אז די נישט יידן, וועלכע האבן נישט נאכגעפאלגט צדקות, האבן דערגרייכט צדקות, אבער די צדקות פון אמונה;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite