Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




גאלאטער 3:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 בלויז דאס דאזיקע וויל איך לערנען פון אייך: צי דורך ווערט פון מעשים פון תרי״ג זכות האט איר באקומען דעם רוח (הקודש), אדער דורך דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן?

Gade chapit la Kopi




גאלאטער 3:2
19 Referans Kwoze  

כדי די ברכה פון אברהמען זאל קומען צו די פעלקער אין יהושע/ישוע המשיחן; כדי מיר זאלן באקומען די הבטחה פון דעם גייסט דורך דער אמונה.


און ה׳, וועלכער קען די הערצער, האט מעיד געווען צו זיי, געבנדיק זיי דעם רוח הקודש פונקט אזוי ווי אויך אונדז;


און ער, וועלכער גיט אייך דעם גייסט און טוט אויף צווישן אייך גבורות, (צי טוט ער עס דען) דורך ווערט פון תרי״ג זכות, אדער דער גלויבן (אמונה) וואס טוט קומען פון הערן?


בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון.


וועלכע, אראפקומענדיק, האבן מתפלל געווען פאר זיי, אז זיי זאלן באקומען דעם רוח הקודש.


און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


ווארום עס איז אוממעגלעך פאר די, וואס זענען איינמאל אויפגעקלערט געווארן און האבן טועם געווען פון דער הימלישער מתנה, און זענען געווארן אנטיילנעמער אינם רוח הקודש,


ווארום אין איר (דרך ה׳) איז גערעכטיקייט פון ה׳ אנטפלעקט געווארן פון גלויבן צו גלויבן, ווי עס שטייט געשריבן: דער צדיק וועט דורך זיין גלויבן לעבן. (חבקוק ב, ד.)


צו זיי איז עס אנטפלעקט געווארן, אז נישט פאר זיך אליין, נאר פאר אייערטוועגן האבן זיי געדינט די דאזיקע זאכן, וואס זענען אייך איצט אנגעזאגט געווארן דורך די, וועלכע האבן אייך געברענגט די בשורה טובה דורך דעם רוח הקודש, וואס איז געשיקט געווארן פון הימל; זאכן, אין וועלכע מלאכים גארן אריינצוקוקן.


ווארום אויב דער, וועלכער קומט, דרשנט אן אנדערן יהושע/ישוע, וואס מיר האבן נישט געדרשנט, אדער איר זענט מקבל אן אנדערן גייסט, וועלכן איר האט נישט מקבל געווען, אדער אן אנדערע גוטע בשורה וואס איר האט נישט אנגענומען, דערטראגט איר (אים) וואויל.


צו די, וואס זענען אָן א תורה, ווי אָן א תורה, דאך נישט זייענדיק ווי אָן א תורה פאר ה׳, נאר אין דער תורה פון דעם משיח, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אָן א תורה.


אזוי אומפארשטענדיק זענט איר? אנהויבנדיק מיט דעם גייסט, לאזט איר איצט אויס מיט דעם פלייש?


ווארום אויך אונדז, פונקט ווי צו יענע, איז א בשורה טובה אנגעזאגט געווארן; נאר דאס געהערטע ווארט האט זיי גארנישט גענוצט, ווייל עס איז נישט געווען פארבונדן מיט אמונה ביי די צוהערער.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite