6 אבער פון די, וואס האבן אויסגעזענען פאר עפעס צו זיין—עס מאכט מיר גארנישט אויס, וואס זיי זענען אמאל געווען: ה׳ איז נישט קיין נושא פנים פון א מענטשן—מיר האבן די חשובים גארנישט צוגעלייגט;
איך בין אבער ארויפגעגאנגען לויט אן אנטפלעקונג; און האב פארגעלייגט פאר זיי די גוטע בשורה, וואס איך רוף אויס צווישן די אומות העולם, און בפרט באזונדער פאר די חשובים, כדי איך זאל נישט לויפן אומזיסט, אדער האבן געלאפן.
איך האב מיך געמאכט צו נאר: איר האט מיך געצוואונגען (דערצו); ווארום איך וואלט געדארפט געלויבט ווערן פון אייך; ווייל איך בין אין קיין זאך נישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים, הגם איך בין גארנישט.
און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו רעדסט און לערנסט ריכטיק, און ביסט נישט נושא פנים, נאר לערנסט אויף אן אמת דעם וועג פון ה׳.
און זיי שיקן צו אים זייערע תלמידים מיט הורדוסנס לייט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און אז דו לערנסט באמת דעם וועג פון ה׳, און פרעגסט נישט נאך קיינעם; מחמת דו ביסט נישט נושא פנים קיין מענטשן.