Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




גאלאטער 2:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 ווארום פריער, איידער עס זענען אנגעקומען אייניקע (לייט) פון יעקבן, האט ער געגעסן מיט די אומות (העולם); ווען אבער זיי זענען געקומען, האט ער זיך דערווייטערט און אפגעשיידט (פון זיי), מורא האבנדיק פאר די געמלטע.

Gade chapit la Kopi




גאלאטער 2:12
16 Referans Kwoze  

און האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין ווי עס איז אסור פאר א יידן זיך צו באהעפטן אדער צו קומען צו איינעם פון א פרעמד פאלק; נאר ה׳ האט מיר געוויזן, קיין מענטשן נישט צו רופן געמיין אדער טמא.


און די פרושים און סופרים האבן געמורמלט, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער נעמט אויף חוטאים און עסט מיט זיי!


אז די אומות (העולם) זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע דורך דער בשורה טובה,


און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;


דערווייטערט זיך פון בייז אין יעדער געשטאלט.


בטל מאכנדיק די געזעץ פון מצוות און חוקות; כדי אין זיך אליין צו באשאפן פון די צוויי איין נייעם מענטשן, (און אזוי) מאכנדיק שלום;


און ער האט זיי געגעבן א צייכן מיט דער האנט, זיי זאלן שווייגן, און זיי דערציילט, וויאזוי דער האר האט אים ארויסגעפירט פון תפיסה. און האט געזאגט: זאגט עס יעקבן און די ברידער. און ארויסגייענדיק, איז ער אוועק אויף אן אנדער ארט.


נאר ווען איך האב געזען, אז זיי גייען נישט ריכטיק לויט דעם אמת פון דער בשורה טובה, האב איך געזאגט צו כיפאן פאר אלעמען: אויב דו, זייענדיק א ייד, לעבסט גוייש און נישט יידיש, וואס צווינגסטו די אומות (העולם) זיך אויפצופירן ווי יידן?


נאר נייעם וויין מוז מען אריינגיסן אין נייע לאגלען.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite