Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




גאלאטער 1:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 און קיין אנדערן פון די שליחים האב איך נישט געזען, אחוץ יעקבן, דעם הארס ברודער.

Gade chapit la Kopi




גאלאטער 1:19
12 Referans Kwoze  

איז ער דען נישט דעם סטאליערס זון? הייסט דען נישט זיין מוטער מרים און זיינע ברידער יעקב און יוסף און שמעון און יהודה?


צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים.


און בשעת ער האט נאך גערעדט צו די המונים מענטשן, זע, זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געשטאנען אינדרויסן, און האבן באגערט צו רעדן מיט אים.


צי האבן מיר דען נישט קיין רשות ארומצופירן א שוועסטער אלס א ווייב? ווי אויך די איבעריקע שליחים און די ברידער פון דעם האר און כיפא.


פיליפוס און בר‑תלמי; תומא און מתתיהו דער שטייער אויפמאנער; יעקב בן חלפי און תדי;


יהודה, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן און א ברודער פון יעקבן, צו די גערופענע, געליבטע אין ג‑ט דעם פאטער, און אפגעהיט פאר יהושע/ישוע המשיחן:


יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!


און ער האט זיי געגעבן א צייכן מיט דער האנט, זיי זאלן שווייגן, און זיי דערציילט, וויאזוי דער האר האט אים ארויסגעפירט פון תפיסה. און האט געזאגט: זאגט עס יעקבן און די ברידער. און ארויסגייענדיק, איז ער אוועק אויף אן אנדער ארט.


און מתתיהו און תומא, און יעקב בן חלפי און שמעונען, וואס מען האט אים גערופן קנאי,


און אנדריי, און פיליפוס, און בר‑תלמי, און מתתיהו, און תומא, און יעקב בן חלפי, און תדי, און שמעון הקנאי,


און ווען זיי זענען אריינגעקומען, זענען זיי ארויפגעגאנגען אין דער אויבערשטוב, וואו פעטרוס און יוחנן און יעקב און אנדריי, פיליפוס און תומא, בר‑תלמי און מתתיהו, יעקב בן חלפי און שמעון הקנאי און יהודה בן יעקב האבן געוואוינט.


און מען האט אים געזאגט: דיין מוטער און די ברידער דיינע שטייען אינדרויסן און ווילן דיך זען.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite