Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




גאלאטער 1:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 און בין איבערגעשטיגן אין דעם יידישן דת העכער פון א סך מיינסגלייכן אין יארן צווישן מיין פאלק, זייענדיק א זייער גרויסער קנאי פאר דער מסורה פון מיינע אבות.

Gade chapit la Kopi




גאלאטער 1:14
15 Referans Kwoze  

גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן;


און קענען מיך שוין פון לאנג, זיי זאלן נאר וועלן עדות זאגן, אז לויט דער שטרענגסטער כיתה פון אונדזער אמונה האב איך געלעבט, א פרוש.


וועמען איר האט נישט געזען און האט דאך ליב; און איצט, נישט זעענדיק אים, נאר גלויבנדיק אין אים, פריידט איר זיך מיט א שמחה, וואס איז אומאויסשפרעכלעך און הערלעך;


איך בין א ייד, געבוירן אין טרסוס אין קיליקיען, דערצויגן אבער בין איך געווארן (דא) אין דער דאזיקער שטאט, ביי די פיס פון (תנא רבן) גמליאל, און מען האט מיך פלייסיק געלערנט די תורה פון אונדזערע אבות, און א קנאי בין איך געווען פאר ה׳, ווי איר אלע זענט עס ביים היינטיקן טאג.


דער איז מער נישט מחייב אפצוגעבן כבוד זיין פאטער אדער זיין מוטער. און איר האט אפגעשאפט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה.


איך אליין טאקע האב מיר געטראכט, אז איך מוז א סך טאן קעגן דעם נאמען פון יהושע/ישוע פון נצרת.


און הערנדיק דאס, האבן זיי געלויבט ה׳; און צו אים געזאגט: דו זעסט, ברודער, וויפל טויזנטער יידן עס זענען, וועלכע גלויבן, און אלע זענען קנאים פאר דער תורה;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite