Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




גאלאטער 1:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 ווארום איר האט דאך געהערט פון מיין התנהגות אמאל אין דעם יידישן דת, אז איבער דער מאס האב איך פארפאלגט די קהלה פון ה׳ און זי וויסט געמאכט;

Gade chapit la Kopi




גאלאטער 1:13
14 Referans Kwoze  

שאול אבער האט חרוב געמאכט די קהלה, איז אריינגעגאנגען אין יעדן הויז, און געשלעפט מענער און פרויען און זיי איבערגעגעבן אין תפיסה אריין.


ווארום איך בין דער סאמע קלענסטער פון די שליחים, און בין נישט ווערט גערופן צו ווערן שליח, ווייל איך האב פארפאלגט די קהלה פון ה׳.


און ווען ער איז געקומען קיין ירושלים, האט ער געפרואווט זיך צו באהעפטן צו די תלמידים; און אלע האבן מורא געהאט פאר אים, נישט גלויבנדיק, אז ער איז א תלמיד.


און אלע, וואס האבן (אים) געהערט, זענען דערשטוינט געווארן, און האבן געזאגט: צי איז ער דען נישט דער דאזיקער, וואס פלעגט פארטיליקן אין ירושלים די, וועלכע האבן אנגערופן דעם דאזיקן נאמען? און איז אהערגעקומען פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי זיי אוועקצופירן אין קייטן צו די הויפט כהנים?


מיך, וואס איך בין פריער געווען א לעסטערער און א פארפאלגער און אן אפשפעטער; דאך האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר, ווייל איך האב עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט אין אומגלויבן;


לויט דער קנאות—א רודף פון דער קהלה; וואס שייך דער צדקות, וועלכע קומט פון דער תורה, אָן א מום.


און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים.


זייט נישט קיין מיכשול פאר יידן, נישט פאר גריכן און נישט פאר דער קהלה פון ה׳;


און דער חסד פון אונדזער האר האט זיך זייער פיל געמערט (אין מיר) מיט אמונה און ליבע, וואס איז אין דעם משיח יהושע/ישוע.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite