Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




עפעזער 5:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 אויך נישט קיין ניבול‑פה און נארישע רייד אדער צוויידייטיקע וויצן, וואס פאסן זיך נישט; נאר ליבער (זאלט איר אפגעבן) א שבח.

Gade chapit la Kopi




עפעזער 5:4
29 Referans Kwoze  

איצט אבער טוט אויך אפ (פון זיך) דאס אלץ: רוגז, כעס, רשעות, לעסטערונג, שענדלעכע רייד פון אייער מויל;


זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס.


זייט דאנקבאר פאר אלעם; ווארום דאס איז ה׳ס רצון אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייערטוועגן.


ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות;


לאמיר דעריבער תמיד מקריב זיין דורך אים א קרבן פון לויב צו ה׳, דאס הייסט די פירות פון ליפן, וואס זענען מתוודה צו זיין נאמען.


זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.


די דאזיקע אבער לעסטערן דאס, וואס זיי ווייסן נישט; וואס אבער זיי פארשטייען פון דער טבע, ווי נארישע בהמות, אין דעם פארדארבן זיי זיך אליין.


א שבח צו ה׳ פאר זיין אומאויסשפרעכלעכער מתנה!


ניאופים, געלט גייציקייט, שלעכטסקייטן, כיטרעקייט, צעלאזנקייט, א שלעכט אויג, חלול השם, גאווה, אומבאקימערטע נארישקייט;


ווילדע ים כוואליעס, וואס שוימען ארויס זייערע אייגענע חרפות; בלאנדזשענדע שטערן, פאר וועמען די טונקלקייט פון דעם חושך איז אויפבאווארט אויף אייביק.


בשעת איר טוט אויך מיטהעלפן מיט אייער תפילה טאן פאר אונדז; כדי פאר דער מתנה, וואס איז אונדז געגעבן געווארן פון א סך פערזאנען, זאלן א סך אפגעבן א שבח פאר אונדזערטוועגן.


און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט;


און האט מציל געווען דעם צדיק לוט, וועלכער איז געקוועלט געווארן דורך דער פארשייטער אויפפירונג פון די שענדלעכע מענטשן מחוץ דעם געזעץ—


דעריבער, הגם איך האב די פולע פרייהייט אינם משיח דיר צו באפעלן וואס איז רעכט,


ווארום וואס פאר א שבח קענען מיר אפגעבן צו ה׳ פאר אייך, פאר דער גאנצער שמחה, מיט וועלכער מיר פרייען זיך צוליב אייך פאר אונדזער ג‑ט?


הער נישט אויף אפצוגעבן א שבח פאר אייך, ווען איך דערמאן אייך אין מיינע תפילות;


עס זענען אבער אנגעקומען שיפלעך פון טבריה נאענט צום ארט, וואו זיי האבן געגעסן דאס ברויט, נאך דעם ווי דער האר האט געמאכט א ברכה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite