Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




עפעזער 5:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 ווייל אלץ, וואס ווערט אנטפלעקט, איז ליכט. דערפאר זאגט ער: וואך אויף, דו שלאפנדיקער, און שטיי אויף פון די טויטע, און דער משיח וועט דיך באלויכטן! (ישעיהו ס, א.)

Gade chapit la Kopi




עפעזער 5:14
23 Referans Kwoze  

דעריבער לאמיר נישט שלאפן ווי די אנדערע, נאר וואכן און זיין ניכטער.


ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.


דעריבער, אויב איר זענט אויפגעשטאנען צוזאמען מיט דעם משיח, זאלט איר זוכן דאס, וואס איז אויבן, וואו דער משיח זיצט צו ה׳ס רעכטער זייט.


אויך זאלט איר נישט איבערגעבן אייערע אברים ווי כלי זין פון רשעות צו זינד, נאר גיט אייך איבער צו ה׳, ווי לעבעדיק פון די טויטע און אייערע אברים ווי כלי זין פון צדקות צו ה׳.


בשעת איך בין אין דער וועלט, בין איך דאס ליכט פון דער וועלט.


דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.


אפילו ווען מיר זענען געווען טויט אין די עבירות, אונדז לעבעדיק געמאכט צוזאמען מיט דעם משיח—מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן—


ווערט ניכטערן ווי עס געהער צו זיין, און זינדיקט נישט; ווארום אייניקע (צווישן אייך) קענען נישט ה׳; צו אייער חרפה זאג איך עס.


און איז איצט אנטפלעקט געווארן דורך דער דערשיינונג פון אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט צונישט געמאכט דעם טויט און געברענגט צום ליכט דאס לעבן און די אומפארדארבלעכקייט דורך דער בשורה טובה,


און ווידער ניכטער צו ווערן אויס דעם שׂטנס פאסטקע ארויס, וואס ער האט זיי געפאנגען צו זיין ווילן.


ווארום אזוי האט אונדז דער האר באפוילן: איך האב דיך געזעצט פאר א ליכט צו די פעלקער, אז דו זאלסט זיין א ישועה ביז צום סוף פון דער ערד. (ישעיהו מט, ו.)


דורך דער הערצלעכער דערבארמונג פון אונדזער ג‑ט, דורך וועלכן א זונאויפגאנג פון אויבן וועט קומען צו אונדז,


ווייל דער דאזיקער זון מיינער איז געווען טויט, און איז ווידער לעבעדיק געווארן; ער איז געווען פארלוירן, און איז געפונען געווארן. און זיי האבן אנגעהויבן זיך משמח צו זיין.


און אייך, וואס איר זענט געווען טויט אין אייערע עבירות און חטאים,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite