Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




עפעזער 4:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און דאס ער איז ארויפגעגאנגען, וואס באטייט עס, אויב נישט אז ער איז אויך אראפגעגאנגען אין די נידריקסטע טיילן פון דער ערד?

Gade chapit la Kopi




עפעזער 4:9
22 Referans Kwoze  

און קיינער איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, אחוץ דער, וועלכער איז אראפגעקומען פון הימל, דער בר אנש, וואס איז אין הימל.


ווייל אזוי ווי יונה איז געווען דריי טעג און דריי נעכט אין די געדערעם פון דעם ריזנפיש, אזוי וועט דער בר אנש זיין דריי טעג און דריי נעכט אין דעם הארץ פון דער ערד.


ווארום דאס ברויט פון ה׳ איז ער, וואס קומט אראפ פונם הימל און גיט לעבן צו דער וועלט.


מיר זען אבער יהושען/ישוען, אים, וואס איז אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים דורך די יסורים פון טויט, געקריינט מיט כבוד און הערלעכקייט, אז ער זאל, דורך ה׳ס חסד, טועם זיין דעם טויט פאר יעדן (מענטשן).


זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט.


דו האסט אים אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים, מיט כבוד און הערלעכקייט אים געקריינט,


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: און ווען אפילו איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז דאך מיין עדות זאגן אמת; ווייל איך ווייס פונוואנען איך בין געקומען, און וואואהין איך גיי; איר אבער ווייסט נישט פונוואנען איך קום, אדער וואואהין איך גיי.


און וואס וועט זיין, ווען איר וועט זען דעם בר אנש ארויפגיין, וואו ער איז פריער געווען?


דאס דאזיקע איז דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; נישט ווי אייערע עלטערן האבן געגעסן, און זענען געשטארבן; ווער עס עסט דאס דאזיקע ברויט, דער וועט לעבן אייביק.


איך בין דאס לעבעדיקע ברויט, וואס איז אראפגעקומען פון הימל; אויב עמיצער וועט עסן פון דעם דאזיקן ברויט, וועט ער לעבן ביז אויף אייביק; און דאס ברויט, וואס איך וועל געבן, איז מיין פלייש, פאר דעם לעבן פון דער וועלט.


די יידן האבן דעריבער געמורמלט קעגן אים, ווייל ער האט געזאגט: איך בין דאס ברויט, וואס איז אראפגעקומען פונם הימל.


ווייל איך בין אראפגעקומען פון הימל, נישט כדי איך זאל טאן מיין ווילן, נאר דעם רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite