26 צארנט און זינדיקט נישט. זאל די זון נישט אונטערגיין אויף אייער רוגז;
דאס ווייסט איר, ברידער מיינע געליבטע. נאר זאל יעדער מענטש זיין גיך צום הערן, פאמעלעך צום רעדן, פאמעלעך צום ווערן אין כעס;
איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום.
און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.
און ווי יהושע/ישוע האט דאס געזען, האט עס אים פארדראסן, און ער האט צו זיי געזאגט: לאזט די קליינע קינדער קומען צו מיר; פארווערט עס זיי נישט; ווארום פאר זייערסגלייכן איז דאס קעניגרייך פון ה׳!
ווארום א מענטשנס צארן איז נישט ווירקט די גערעכטיקייט פון ה׳.