Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




עפעזער 4:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 מיט יעדער הכנעה און עניוותדיקייט, מיט סבלנות, דערטראגנדיק איינער דעם אנדערן אין ליבע,

Gade chapit la Kopi




עפעזער 4:2
28 Referans Kwoze  

זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער.


מיר, די שטארקע, האבן א חוב, סובל צו זיין די שוואכקייטן פון די שוואכע, און נישט זיך אליין צו באפרידיקן.


נעמט מיין יאך אויף זיך, און לערנט פון מיר; ווייל איך בין אן ענו און פון א נידריק געמיט, און איר וועט געפינען מנוחה פאר אייערע נשמות.


דו אבער, ה׳ס מענטש, אנטרין פון די דאזיקע זאכן, און יאג נאך צדקות, יראת שמים, אמונה, ליבע, סבלנות, ענווה.


דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה;


וואס זאגט מיט עניוות שטראפרייד צו די ווידערשפעניקע; אפשר וועט ה׳ זיי שענקען תשובה, צום דערקענען דעם אמת,


טראגט איינער דעם אנדערנס לאסטן, און אויף אזא אופן וועט איר מקיים זיין די תורה פון דעם משיח.


לויט ווי ער האט אונדז אויסדערוויילט אין אים איידער נאך די וועלט איז באשאפן געווארן, אז מיר זאלן זיין הייליק און אָן א פעלער פאר אים אין ליבע;


דינענדיק דעם האר מיט יעדער עניוות און מיט טרערן און נסיונות, וועלכע זענען געקומען אויף מיר דורך די פארשווערונגען פון יידן;


ער אבער ענטפערנדיק זאגט צו זיי: אָ, אומגלויביק דור! ווילאנג זאל איך נאך זיין מיט אייך? ביז ווען זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר!


דעריבער, טוט אפ (פון זיך) יעדע אומריינקייט און איבערפלוס פון שלעכטסקייט, נעמט אָן מיט ענווה דאס איינגעפלאנצטע ווארט, וואס איז בכוח צו ראטעווען אייערע נשמות.


געשטארקט מיט יעדן כוח לויט דער מאכט פון זיין הערלעכקייט, צו יעדער סבלנות און צוריקגעהאלטנקייט מיט שמחה;


און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite