Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




עפעזער 4:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 וועלכע זענען פארפינסטערט אין זייער פארשטאנד, פארפרעמדט פון דעם לעבן פון ה׳, צוליב דעם אומוויסן, וואס איז אין זיי, דורך דער פארטעמפטקייט פון זייער הארץ;

Gade chapit la Kopi




עפעזער 4:18
34 Referans Kwoze  

מחמת פעט געווארן איז דאס הארץ פון דעם דאזיקן פאלק, און מיט די אויערן הערן זיי שווער, און זייערע אויגן האבן זיי צוגעמאכט; טאמער וואלטן זיי געזען מיט די אויגן, און מיט די אויערן געהערט, און מיטן הארצן פארשטאנען, און זיך אומגעקערט, און איך וואלט זיי געהיילט. (ישעיהו ו, ט-י.)


אז צו יענער צייט זענט איר געווען אָן א משיח, אויסגעשלאסענע פון דעם בירגער רעכט פון ישראל און פרעמדע וואס שייך די בריתות פון דער הבטחה, אָן א האפענונג און אָן ג‑ט אין דער וועלט.


און ער האט בלינד געמאכט זייערע אויגן, הארט געמאכט זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט זען מיט די אויגן, און באנעמען מיטן הארץ, און תשובה טאן, און איך זאל זיי היילן. (ישעיהו ו, ט, י.)


נישט אין ליידנשאפטלעכע תאוות, ווי די אומות (העולם), וועלכע קענען נישט ה׳;


איר נואפות, צי ווייסט איר דען נישט, אז די ליבע פון עולם הזה, איז פיינטשאפט פאר ה׳? דעריבער, ווער עס וויל זיין א ליבהאבער פון דער וועלט, דער ווערט א שונא פון ה׳.


פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.


און אייך, וואס איר זענט אמאל געווען פארפרעמדט און שונאים מיטן פארשטאנד אין אייערע מעשים רעים,


ווער אבער עס האסט זיין ברודער, דער איז אין דער פינצטערניש, און גייט אין דער פינצטערניש, און ווייסט נישט וואו אהין ער גייט, ווייל די פינצטערניש האט אים פארבלענדט די אויגן.


נאר דעמאלט, ווען איר האט נישט געקענט ה׳, האט איר געדינט צו די, וואס מן הטבע זענען נישט קיין ג‑טער;


ווארום איך וויל נישט, ברידער, אז איר זאלט נישט וויסן דעם דאזיקן סוד, כדי איר זאלט זיך נישט האלטן פאר קיין חכמים, אז א טיילווייזע פארהארטונג איז געקומען איבער ישראל, ביז די פולקייט פון די אומות העולם וועט אריינקומען;


און אזויווי זיי האבן נישט געוואלט האבן ה׳ אין זייער וויסן, האט ה׳ זיי איבערגעגעבן צו א פארדארבענעם פארשטאנד, צו טאן דאס, וואס מען טוט נישט;


און אויף די צייטן פון אומוויסן האט ה׳ אוועקגעקוקט, איצט אבער באפעלט ער אלע מענטשן אומעטום, תשובה צו טאן;


ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן.


און ביסט איבערצייגט, אז דו אליין ביסט א פירער פון בלינדע—א ליכט פאר די, וואס זענען אין דער פינסטער,


און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.


נאר זייערע מחשבות זענען פארהארטעוועט געווארן? ווארום ביז צום היינטיקן טאג בלייבט די זעלביקע מסוה נישט אפגעדעקט ביים לייענען דעם ברית הישנה (תנ״ך), ווייל זי ווערט אוועקגענומען (נאר) אינם משיח.


און איצט, ברידער, איך ווייס, אז איר האט עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט, ווי אויך אייערע שרים.


וואס דען? וואס ישראל זוכט, דאס האט ער נישט דערגרייכט, אבער די אויסדערוויילטע האבן עס יא דערגרייכט, און די איבריקע זענען פארהארטעוועט געווארן;


וואס קיינער פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט האט זי נישט געקענט; ווייל וואלטן זיי זי יא געקענט, וואלטן זיי נישט אויפגעהאנגען אויף דער בוים דעם האר פון כבוד;


און אייך, וואס איר זענט געווען טויט אין אייערע עבירות און חטאים,


קען מיטפילן מיט די אומוויסנדע און בלאנדזשענדיקע, ווייל אויך ער איז ארומגערינגלט מיט שוואכקייט;


אבער אין דעם צווייטן, נאר דער כהן גדול אליין, איין איינציק מאל אין יאר, נישט אָן בלוט, וואס ער איז מקריב פאר זיך און פאר די שגגות פון פאלק;


ווי געהארכזאמע קינדער זאלט איר נישט געשטאלטן אייער לעבן לויט די תאוות, אין וועלכע איר זענט געווען אמאל אין אייער אומוויסן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite