צו געדענקען די ווערטער, וואס די הייליקע נביאים האבן פריער גערעדט, און דאס געבאט פון אונדזער האר און רעטער דורך די שליחים אייערע; דאס דאזיקע זאלט איר וויסן,
ווארום איך זאג אייך, אז א סך נביאים און מלכים האבן באגערט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט.
מחמת באמת זאג איך אייך, אז א סך נביאים און צדיקים האבן געגארט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט.