צוליב דעם דורך אמונה, כדי עס זאל זיין לויט חסד, אז די הבטחה זאל זיין פארזיכערט צו דעם גאנצן זאמען; נישט נאר צו די פון דער געזעץ אליין, נאר אויך צו די פון דעם גלויבן פון אברהם, וועלכער איז אונדזער אלעמענס פאטער—
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן.
בעת איר זענט נקבר געווארן מיט אים אין דער מקווה, אין וועלכער איר זענט אויך מיטאויפגעשטאנען דורך דעם גלויבן אין דער קראפט פון ה׳, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע.