2 האלט אָן אין מתפלל זיין, און וואכט אין דעם מיט דאנק;
זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.
מתפלל זייענדיק צו יעדער צייט אינם גייסט מיט תפילות און תחנונים, און צו דעם צוועק וואכנדיק מיט יעדער התמדה און געבעט פאר אלע קדושים,
אין דער האפענונג, זייט פריילעך; אין א צרה, זייט געדולדיק; אינם תפילה טאן, האלט אָן;
האלט וואך און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון! דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש אבער איז שוואך.
און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן,
דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!
אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות;
דערפאר אויך מיר, פון דעם טאג אָן, ווען מיר האבן עס געהערט, אויפהערן מיר נישט אויף תפילה צו טאן פאר אייערטוועגן און צו בעטן, אז איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט דער דערקענטעניש פון זיין רצון אין יעדער חכמה און רוחניותדיקער פארשטענדיקייט,
גיט אכטונג, שלאפט נישט און טוט תפילה! ווארום איר ווייסט נישט ווען די צייט איז.
און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.
איינגעווארצלט און אויפגעבויט אין אים, און געגרונטפעסטיקט אין דער אמונה, לויט ווי איר זענט געלערנט געווארן, און מיט א שפע פון לויב.
עס גיט אייך אפ שלום עפאפראס, וועלכער איז פון אייך, א קנעכט פון דעם משיח יהושע/ישוע, תמיד ראנגלענדיק זיך פאר אייערטוועגן אין זיינע תפילות, כדי איר זאלט שטיין פולקום און פעליק געוויס אין דעם גאנצן רצון פון ה׳.
און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.
די אלע האבן איינשטימיק אנגעהאלטן אין תפילה טאן, צוזאמען מיט די פרויען, און מרים ישועס מוטער און מיט זיינע ברידער.