Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




קאלאסער בריוו 4:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 עס גיט אייך אפ שלום אריסטארכוס דער מיטגעפאנגענער מיינער, און מארקוס בר‑נבאס שוועסטערן‑זון (וועגן וועמען איר האט באקומען באפעלן; אויב ער וועט קומען צו אייך, זאלט איר אים אויפנעמען),

Gade chapit la Kopi




קאלאסער בריוו 4:10
17 Referans Kwoze  

(אויך) מארקוס, אריסטארכוס, דעמאס, לוקאס, מיינע מיטארבעטער.


לוקאס אליין איז מיט מיר. נעם מארקוסן און ברענג (אים) מיט דיר, ווארום ער איז מיר זייער נוצלעך צו דער עבודה.


און די שטאט איז פול געווארן פון דער מהומה; און אלע צוזאמען האבן געשטורמט צום טעאטער, מיטשלעפנדיק גאיוסן און אריסטארכוסן, מאצעדאניער, פוילוסנס באגלייטער אויף דער נסיעה.


און נאכן איינשטייגן אויף א שיף פון אדראמיציום, וועלכע האט געזאלט גיין צו די מקומות פון די (קליין) אזיאטישע ים ברעגעס, זענען מיר אפגעפארן, און מיט אונדז איז געווען אריסטארכוס, א מאצעדאניער פון טעסאלאניקא.


און ביז (קליין) אזיען האבן אים באגלייט סאפאטרוס בן פורוס פון בערעא; און פון די טעסאלאניקער, אריסטארכוס און סעקונדוס; און גאיוס פון דערבע, און טימאטעוס; און טיכיקוס און טראפימוס, פון (קליין) אזיען.


און ער האט זיך מישב געווען, און איז אוועק צום הויז פון מרים, די מוטער פון יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס, וואו א סך זענען געווען פארזאמלט און האבן תפילה געטאן.


עס גיט אייך אפ שלום די מיטאויסדערוויילטע קהלה אין בבל און מארקוס דער זון מיינער.


גיט אפ שלום אנדראניקוסן און יוניוסן, מיינע קרובים און מיינע מיטגעפאנגענע, וועלכע זענען בארימט צווישן די שליחים, און זענען שוין געווען אינם משיח פאר מיר.


כדי איר זאלט זי אזוי אויפנעמען אינם האר ווי עס שטייט אָן פאר קדושים, אז איר זאלט איר העלפן אין אלעם, אין וואס זי וועט אייך נאר ברויכן; ווארום זי איז אויך געווען א העלפערין פאר פילע, און פאר מיר אליין.


און פוילוס און זיינע באגלייטער האבן זיך אוועקגעשיפט פון פאפוס און זענען געקומען קיין פערגא אין פאמפיליען, און יוחנן האט זיך אפגעטיילט פון זיי און אומגעקערט קיין ירושלים.


און יוסף, וואס האט געקריגן פון די שליחים דעם ביינאמען בר‑נבא (דאס הייסט, זון פון טרייסט), א לוי, געבוירן אין קפריסין,


און ווען זיי זענען אנגעקומען קיין סאלאמיס, האבן זיי אנגעזאגט ה׳ס ווארט אין די יידישע שולן; און האבן אויך געהאט יוחנן אלס משרת.


און בר‑נבא און שאול האבן זיך אומגעקערט פון ירושלים, האבנדיק דערפילט זייער שליחות, און מיטנעמענדיק דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.


עפאפראס, מיין מיטגעפאנגענער אינם משיח יהושע/ישוע, לאזט דיר אפגעבן שלום,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite