Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




קאלאסער בריוו 3:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 דעריבער, אויב איר זענט אויפגעשטאנען צוזאמען מיט דעם משיח, זאלט איר זוכן דאס, וואס איז אויבן, וואו דער משיח זיצט צו ה׳ס רעכטער זייט.

Gade chapit la Kopi




קאלאסער בריוו 3:1
39 Referans Kwoze  

ווארום דאס טראכטן פון דעם פלייש איז דער טויט, אבער דאס טראכטן פונם גייסט איז לעבן און שלום;


זוכט אבער צום אלעמערשטן זיין מלכות, און זיין גערעכטיקייט; און דאס אלץ וועט אייך צוגעגעבן ווערן.


ווייל מיר קוקן נישט אויף די זאכן, וואס מען קען זען, נאר אויף די, וואס מען קען נישט זען; ווייל זאכן, וואס מען זעט, זענען לפי שעה, אבער די זאכן, וואס מען זעט נישט, זענען אייביק.


טראכט פון דעם, וואס איז אויבן, נישט פון דעם, וואס איז אויף דער ערד.


נאר זאמלט אייך איין אוצרות אין הימל, וואו נישט די מילב נישט דער זשאווער פארדארבן, און וואו גנבים גראבן נישט אונטער און גנבענען נישט אוועק.


און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.


פארקויפט אייער האב און גיט צדקה; מאכט זיך בייטלען, וואס ווערן נישט אלט; אן אוצר, וואס לאזט זיך נישט אויס, אין הימל, וואו קיין גנב דערנענטערט זיך נישט און קיין מילב צעשטערט אויך נישט.


וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;


פון איצט אָן אבער וועט דער בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס מאכט. (תהלים קי, א.)


אויב איר זענט געשטארבן מיט משיחן לגבי די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, פארוואס, ווי לעבנדיק אין דער וועלט, אונטערטעניקט איר זיך צו געזעצן:


נו, דאס איז דער סך הכל פון דעם געזאגטן: מיר האבן אזא כהן גדול, וועלכער האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון כסא הכבוד פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הימלען,


ווער וועט פאראורטיילן? משיח יהושע/ישוע איז עס וועלכער איז געשטארבן, און נאכמער, ער איז אויפגעשטאנען, וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער זייט, און איז זיך אויך משתדל פאר אונדז.


ער אבער, האבנדיק מקריב געווען איין קרבן פאר זינד, האט זיך אויף אייביק אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט;


זאגט יהושע/ישוע צו אים: דו האסט עס געזאגט! דאך זאג איך אייך: פון איצט אָן וועט איר זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען אויף די וואלקנס פון הימל! (תהלים קי, א; דניאל ז, יג-יד.)


דער, וואס איז אראפגעגאנגען, איז דער זעלביקער, וואס איז ארויפגעגאנגען העכער פון אלע הימלען, כדי אלץ ממלא צו זיין.


און יהושע/ישוע האט געזאגט: איך בין; און איר וועט זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען מיט די וואלקנס פון הימל. (תהלים קי, א; דניאל ז, יג.)


אבער צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס? (תהלים קי, א.)


ווארום דוד איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, דען ער אליין זאגט: דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט,


דוד אליין זאגט דאך אינם ספר תהלים: דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט,


און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.)


דוד (המלך) אליין האט דאך געזאגט דורך דעם רוח הקודש: דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס! (תהלים קי, א.)


וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער האנט, נאך דעם ווי ער איז ארויף אין הימל אריין; צו אים זענען אונטערטעניק מלאכים און ממשלות און מאכטן.


און ער, זייענדיק פול מיט דעם רוח הקודש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געזען דעם כבוד פון ה׳, און יהושען/ישוען שטיין אויף ה׳ס רעכטער זייט,


דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס? (תהלים קי, א.)


זאלן די פרויען זיין (אונטערטעניק) צו זייערע אייגענע מענער ווי צום האר,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite