Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




קאלאסער בריוו 2:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 ווארום הגם איך בין ווייט (פון אייך) אינם פלייש, דאך אינם גייסט בין איך צוזאמען מיט אייך, פרייענדיק זיך און זעענדיק אייער ארדנונג און די פעסטקייט פון אייער אמונה אין דעם משיח.

Gade chapit la Kopi




קאלאסער בריוו 2:5
19 Referans Kwoze  

מיר אבער, ברידער, נאך דעם ווי מיר זענען פון אייך פאריתומט געווארן לפי שעה, פונם פנים, נישט אין הארצן, האבן מיר זיך פיל מער באמיט צו זען אייער פנים מיט גרויס פארלאנג;


שטעלט זיך אים אנטקייגן, פעסט אין דער אמונה, און זייט וויסן, אז די זעלביקע עינויים ווערן דערפילט אין אייערע ברידער אין דער וועלט.


וואכט, שטייט פעסט אין דער אמונה, זייט מענער, שטארקט זיך.


ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף;


אלץ אבער זאל געטאן ווערן בכבודיק און אין ארדנונג.


וועלכע איז ווי א פעסטער און זיכערער אנקער פאר אונדזער נשמה און וואס גייט אריין אינעווייניק פונם פרוכת;


ווייל איצט לעבן מיר, ווען איר שטייט פעסט אינם האר.


דערפאר, געליבטע ברידער מיינע, זייט פעסט, אומבאוועגלעך, און מערט אייך תמיד אין דער זאך פון דעם האר, ווייל איר ווייסט, אז אייער פראצע איז נישט אומזיסט אינם האר.


ווארום איך וויל אייך מודיע זיין, וואס פאר א גרויסן ראנגלעניש איך פיר פאר אייערטוועגן, און פאר די אין לאאדיצעא, און פאר אלע, וואס האבן נישט געזען מיין פנים אינם פלייש;


און אויב עמיצער איז הונגעריק, זאל ער עסן אינדערהיים, כדי איר זאלט זיך נישט צוזאמענקומען צו א משפט. און דאס איבריקע וועל איך מתקן זיין, ווי נאר איך וועל קומען.


און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.


עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite