נאר הויב דיך אויף, און שטעל דיך אויף דיינע פיס; ווארום פאר דעם דאזיקן האב איך מיך צו דיר באוויזן, דיך צו מאכן פאר א דינער און עדות פון דעם, וואס דו האסט געזען פון מיר, און פון די זאכן, אין וועלכע איך וועל מיך צו דיר באווייזן;
ישעיה אבער פאסט מוט און זאגט: איך בין געפונען געווארן פון די, וואס האבן מיך נישט געזוכט, איך בין אנטפלעקט געווארן צו די, וואס האבן נישט געפרעגט נאך מיר. (ישעיהו סה, א.)
האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר.