Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 9:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און ביי אים געבעטן בריוו צו די שולן אין דמשק, כדי ווען ער וועט געפינען אייניקע, וואס האלטן זיך ביי דעם דרך (ה׳), סאי מענער סאי פרויען, זאל ער זיי ברענגען אין קייטן קיין ירושלים.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 9:2
23 Referans Kwoze  

און ארום יענער צייט איז געשען נישט קיין קליינע מהומה וועגן דעם (משיחיסטים) דרך (ה׳).


ווען אבער אייניקע האבן הארט געמאכט זייערע הערצער און נישט געגלויבט, רעדנדיק שלעכטס לגבי דעם דרך (ה׳) פאר דעם עולם, איז ער אוועק פון זיי, און האט אפגעשיידט די תלמידים, און טאג טעגלעך גערעדט אין דער בית המדרש ישיבה פון א געוויסן טיראנוס.


נאר דאס דאזיקע בין איך זיך פאר דיר מתוודה, אז לויט דעם (דרך ה׳) דרך, וועלכן זיי רופן אן כיתה, אזוי־אָ דין איך דעם ג‑ט פון אונדזערע אבות, גלויבנדיק אלץ, וואס שטייט געשריבן אין דער תורה און אין די נביאים;


פעליקס אבער, קענענדיק דעם (דרך ה׳) דרך גענויער, האט זיי אפגעלייגט, און געזאגט: ווען ליזיאס דער הויפטמאן וועט אראפקומען, וועל איך אנטשיידן אייער זאך.


דער דאזיקער איז געווען געלערנט אין דעם דרך ה׳; און זייענדיק אייפערדיק אין גייסט, האט ער גערעדט און געלערנט גענוי וואס שייך יהושען/ישוען, הגם ער האט בלויז געקענט די מקווה (פון תשובה) פון יוחנן;


אויך דא האט ער רשות פון די הויפט כהנים צו בינדן אלע, וואס רופן אָן דיין נאמען.


און בשעת איך בין געפארן וועגן דעם קיין דמשק מיט רשות און אויפטראג פון די הויפט כהנים,


דער דאזיקער האט געהאנדלט מיט כיטרעקייט קעגן אונדזער פאלק, און געפייניקט אונדזערע עלטערן, אז זיי זאלן ארויסווארפן זייערע נייגעבוירענע קינדער, כדי זיי זאלן נישט בלייבן לעבן.


עס זענען אבער אויפגעשטאנען אייניקע פון דעם בית הכנסת, וואס האט געהייסן די שול פון די ליבערטינער, און פון קירניה און אלעקסאנדרענער און פון די (לייט) פון קיליקיען און אזיען; און האבן געהאלטן א וויכוח מיט סטעפאנוסן,


היט זיך אבער פאר די מענטשן! מחמת זיי וועלן אייך איבערגעבן צום סנהדרין, און אין זייערע שולן וועלן זיי אייך שמייסן מיט ריטער;


זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.


און אלע, וואס האבן (אים) געהערט, זענען דערשטוינט געווארן, און האבן געזאגט: צי איז ער דען נישט דער דאזיקער, וואס פלעגט פארטיליקן אין ירושלים די, וועלכע האבן אנגערופן דעם דאזיקן נאמען? און איז אהערגעקומען פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי זיי אוועקצופירן אין קייטן צו די הויפט כהנים?


און האב עס אויך געטאן אין ירושלים; און פיל פון די הייליקע האב איך איינגעשלאסן אין תפיסות, האבנדיק באקומען מאכט פון די הויפט כהנים; און ווען מען האט זיי אומגעבראכט האב איך צוגעשטימט דערצו.


אין דמשק האט דער גובערנאטאר פון דעם קעניג ארעטאס באוואכט די שטאט דמשק, כדי מיך צו כאפן;


און בין אפילו נישט ארויפגעגאנגען קיין ירושלים צו די, (וואס זענען געווען) שליחים פאר מיר, נאר בין אוועק קיין אראביען, און האב מיך ווידער אומגעקערט קיין דמשק.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite