Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 9:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און אין דמשק איז געווען א געוויסער תלמיד מיטן נאמען חנניה; און דער האר האט צו אים געזאגט אין א חזיון: חנניה! און ער האט געזאגט: אָט בין איך, האר!

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 9:10
23 Referans Kwoze  

און א געוויסער חנניה, א ג‑טספארכטיקער מאן לויט דער תורה, וועלכער האט געהאט א גוטן שם ביי אלע יידן, וואס האבן דארט געוואוינט,


ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!


און עס וועט געשען אין די לעצטע טעג, זאגט ה׳, איך וועל אויסגיסן פון מיין גייסט אויף יעדן בשר (ודם); און אייערע זין און אייערע טעכטער וועלן נבואות זאגן, און אייערע יונגעלייט וועלן זען חזיונות, און אייערע זקנים וועלן חלומען חלומות,


און דריי טעג איז ער געווען אָן ראיה; און האט נישט געגעסן און נישט געטרונקען.


איך בין געווען אין דער שטאט יפו און האב תפילה געטאן, און אין א טראנס האב איך געזען א חזיון, עפעס א געפעס איז אראפגעקומען ווי א גרויס ליילעך, אראפגעלאזט פון הימל ביי די פיר עקן; און עס איז געקומען צו מיר;


און ער איז ארויסגעגאנגען און האט נאכגעפאלגט; און נישט געוואוסט, אז עס איז אמת, וואס איז געשען דורך דעם מלאך, נאר האט געמיינט, ער זעט א חזיון.


און א חזיון האט זיך באוויזן צו פוילוסן ביינאכט: א מאצעדאניער איז געשטאנען און האט אים געבעטן און געזאגט: קום אריבער קיין מאצעדאניען און העלף אונדז.


און נאך דעם ווי ער האט געזען דעם חזיון, האבן מיר גלייך געזוכט ארויסצוגיין קיין מאצעדאניען, ארויסדרינגענדיק, אז ה׳ האט אונדז גערופן אנצוזאגן צו זיי די גוטע בשורה.


און דער האר האט געזאגט צו פוילוסן דורך א חיזיון ביינאכט: האב נישט קיין מורא, נאר רעד, און שווייג נישט;


אין דמשק האט דער גובערנאטאר פון דעם קעניג ארעטאס באוואכט די שטאט דמשק, כדי מיך צו כאפן;


און בין אפילו נישט ארויפגעגאנגען קיין ירושלים צו די, (וואס זענען געווען) שליחים פאר מיר, נאר בין אוועק קיין אראביען, און האב מיך ווידער אומגעקערט קיין דמשק.


און האט געזען אין א חזיון א מאן, וועלכער הייסט חנניה, אריינקומען און ארויפלייגן די הענט אויף אים, כדי ער זאל ווידער זען.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite