Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 8:40 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

40 פיליפוס אבער האט זיך געפונען אין אשדוד; און איז ארומגעגאנגען און האט אנגעזאגט די גוטע בשורה אין אלע שטעט, ביז ער איז געקומען קיין קיסריה.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 8:40
21 Referans Kwoze  

און צומארגנס זענען מיר ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען קיין קיסריה; און זענען אריינגעגאנגען אין דעם הויז פון פיליפוס דעם מבשר, איינער פון די זיבן, און איינגעשטאנען ביי אים.


פעסטוס אבער האט געענטפערט, אז פוילוס בלייבט אונטער וואך אין קיסריה, און אליין וועט ער אין גיכן ארויספארן אהין.


און זיי זענען אריינגעגאנגען קיין קיסריה און האבן איבערגעגעבן דעם בריוו צום גובערנאטאר, און אויך אוועקגעשטעלט פוילוסן פאר אים.


און האט גערופן צוויי פון די אפיצירן, און געזאגט: גרייט צו צוויי הונדערט זעלנער, וואס זאלן גיין קיין קיסריה, און זיבעציק רייטער, און צוויי הונדערט שפיזנטרעגער, אין דער דריטער שעה פון דער נאכט;


און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע,


מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;


און נאכן אפלויף פון אייניקע טעג, איז דער קעניג אגריפא מיט בערעניקא געקומען קיין קיסריה און האבן באגריסט פעסטוסן.


און נאכן פארבלייבן ביי זיי נישט מער ווי אכט אדער צען טעג, איז ער אראפ קיין קיסריה; צומארגנס האט ער זיך אנידערגעזעצט אויף דער ריכטער שטול, און באפוילן, מען זאל ברענגען פוילוסן.


און פעסטוס, קומענדיק אין דער פראווינץ אריין, איז אין דריי טעג ארום ארויפגעגאנגען פון קיסריה קיין ירושלים.


און עס זענען אויך מיטגעגאנגען מיט אונדז אייניקע פון די תלמידים פון קיסריה, מיטפירנדיק א געוויסן מנאזאן, פון קפריסין, אן אלטער תלמיד, ביי וועמען מיר האבן געזאלט וואוינען.


הורדוס אבער, זוכנדיק אים און נישט געפינענדיק, האט אויסגעפארשט די שומרים, און געגעבן א באפעל, מען זאל זיי אוועקפירן געטייט צו ווערן. און איז אראפגעגאנגען פון יהודה קיין קיסריה און האט זיך דארט אויפגעהאלטן.


און דעם אנדערן טאג זענען זיי אריינגעקומען קיין קיסריה. קארנעליוס אבער האט שוין געווארט אויף זיי, האבנדיק צוזאמענגערופן זיינע קרובים און די אינטימע פריינד.


און עדות זאגנדיק און רעדנדיק דאס ווארט פונם האר, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און אנגעזאגט (אונטערוועגנס) די גוטע בשורה אין פיל שומרונישע דערפער.


און ווי די ברידער האבן זיך דערוואוסט, האבן זיי אים אראפגעפירט קיין קיסריה און אים אוועקגעשיקט קיין טרסוס.


און זע, אין אן אויגנבליק זענען געשטאנען דריי מענטשן ביים הויז, אין וועלכן מיר זענען געווען, וואס זענען געשיקט געווארן פון קיסריה צו מיר.


און קומענדיק קיין קיסריה, איז ער אויסגעשטיגן און האט אפגעגעבן שלום דער קהלה, און איז אראפ קיין אנטיאכיען.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite