Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 8:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און די, וואס זענען צעשפרייט געווארן, זענען ארומגעגאנגען מבשר זייענדיק דאס ווארט.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 8:4
8 Referans Kwoze  

און די, וועלכע זענען צעשפרייט געווארן צוליב דער רדיפה, וואס איז געשען איבער סטעפאנוסן, זענען אוועק ביז פעניציען און קפריסין און אנטיאכיען, נישט רעדנדיק דאס ווארט צו קיינעם אחוץ בלויז צו יידן.


און שאול האט מסכים געווען צו זיין טויט. און יענעם טאג האט זיך אויפגעהויבן א גרויסע רדיפה אויף דער קהלה אין ירושלים; און אלע זענען צעשפרייט געווארן איבער די געגנטן פון יהודה און שומרון, מיטן אויסנאם פון די שליחים.


און ווען זיי פארפאלגן אייך אין דער דאזיקער שטאט, אנטלויפט אין דער אנדערער אריין. מחמת באמת זאג איך אייך: איר וועט נישט דורכגיין די שטעט פון ישראל, ביז דער בר אנש וועט קומען.


נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.


און פוילוס און בר‑נבא זענען פארבלייבן אין אנטיאכיען, לערנענדיק און אנזאגנדיק מיט נאך א סך אנדערע דאס ווארט פון דעם האר.


אזוי ווי עס האבן זיי אונדז איבערגעגעבן די, וואס האבן זיי אליין געזען פון אנהויב אָן און זענען געווען דינער פונם ווארט,


ווען אבער זיי האבן געגלויבט פיליפוסן, וועלכער האט זיי אנגעזאגט די גוטע בשורה וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳ און דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, מענער און פרויען.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite