34 און דער סריס האט ענטפערנדיק געזאגט צו פיליפוסן: איך בעט דיך, וועגן וועמען רעדט דאס דער נביא? וועגן זיך אליין אדער וועגן אן אנדערן?
און פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: לייג אונדז אויס דאס משל!
דעמאלט האט ער אוועקגעשיקט די המונים מענטשן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז. און זיינע תלמידים זענען געקומען צו אים, און האבן געזאגט: באשייד אונדז דאס משל פון דעם אומקרויט פון פעלד.
און ער איז אויפגעשטאנען, און געגאנגען; און זע, א מאן, אן עטיאפיער, א סריס, א הויפט באאמטער ביי קאנדאקע, קעניגין פון די עטיאפיער—ער איז געווען איבער אלע אירע אוצרות—איז געקומען זיך צו בוקן (פאר ה׳) אין ירושלים;
אין זיין דערנידעריקונג איז זיין משפט אוועקגענומען געווארן; און ווער וועט בארעכענען זיין דור? ווייל זיין לעבן איז אוועקגענומען געווארן פון דער ערד. (ישעיהו נג, ז-ח.)
און פיליפוס האט אויפגעמאכט זיין מויל, און אנהויבנדיק פון דער דאזיקער שריפט, האט ער אים אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען.