Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 8:25 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

25 און עדות זאגנדיק און רעדנדיק דאס ווארט פונם האר, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און אנגעזאגט (אונטערוועגנס) די גוטע בשורה אין פיל שומרונישע דערפער.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 8:25
14 Referans Kwoze  

עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


דורך סילוואנוסן, דעם געטרייען ברודער, אזוי רעכן איך, האב איך אייך קורץ געשריבן, אייך מזהיר צו זיין און עדות צו זאגן, אז דאס איז דער ווארהאפטיקער חסד פון ה׳, אין וועלכן איר שטייט.


האט אויסגערופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געלערנט פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח גאנץ אפן, פון קיינעם נישט געשטערט.


דעריבער זייט וויסן, אז די דאזיקע ישועה פון ה׳ ווערט געשיקט צו די אומות העולם; און זיי וועלן (זי) הערן.


און נאך דעם ווי זיי האבן אים באשטימט א טאג, זענען זיי געקומען צו אים אין גאסטהויז אריין אין גרעסערער צאל; וועמען ער האט דערקלערט, עדות זאגנדיק וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און אויפווייזנדיק וועגן יהושען/ישוען פון תורת משה און פון די נביאים, פון אינדערסרי ביז אין אוונט.


ווי אבער סילא און טימאטעוס זענען אנגעקומען פון מאצעדאניען, האט פוילוס זיך אינגאנצן געווידמעט דעם ווארט, עדות זאגנדיק צו יידן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח.


פיליפוס אבער האט זיך געפונען אין אשדוד; און איז ארומגעגאנגען און האט אנגעזאגט די גוטע בשורה אין אלע שטעט, ביז ער איז געקומען קיין קיסריה.


נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.


און איר וועט אויך עדות זאגן, ווייל איר זענט געווען מיט מיר פון אנהויב אָן.


די דאזיקע צוועלף האט יהושע/ישוע געשיקט, און האט זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: אויף קיין וועג פון די אומות (העולם) זאלט איר נישט גיין, און אין קיין שטאט פון די שומרונים זאלט איר נישט אריינגיין;


ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין!


און דעמאלט, ווי דער פראקאנסול האט געזען וואס איז פארגעקומען, האט ער געגלויבט, שטוינענדיק איבער דער לערנונג פון דעם האר.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite