17 דאן האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי האבן באקומען דעם רוח הקודש.
און ווי פוילוס האט ארויפגעלייגט אויף זיי די הענט, איז דער רוח הקודש געקומען אויף זיי; און זיי האבן גערעדט מיט לשונות און נבואות געזאגט.
זיי האט מען געשטעלט פאר די שליחים; און מתפלל זייענדיק, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי.
צוליב דער סיבה דערמאן איך דיך, אז דו זאלסט ווידער אונטערפאכן (ביז צו א פלאם) די מתנה, פון ה׳, וועלכע איז אין דיר דורך דער סמיכה פון מיינע הענט.
און ווי שמעון האט געזען, אז דער רוח הקודש איז געגעבן געווארן דורך דעם ארויפלייגן די הענט פון די שליחים, האט ער געברענגט געלט צו זיי,
און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.
פון דער לערנונג פון דער הלכות פון דער מקווה, פון סמיכת ידים, תחית המתים און פון אייביקן משפט.
ווארום מיין פארלאנג איז אייך צו זען, כדי אייך איבערצוגעבן עפעס א רוחניותדיקע מתנה צו אייער שטארקונג;
און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.
גיב קיינעם נישט קיין סמיכת ידים צו גיך, באטייליק דיך נישט אין די זינד פון אנדערע; האלט דיך ריין.
פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים.
דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט.
און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן!