51 איר הארטנעקיקע און (וואס האבן) נישט געמלטע הערצער און אויערן, איר שטעלט זיך תמיד אנטקעגן דעם רוח הקודש; ווי די עלטערן אייערע, אזוי איר.
און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה.
ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן;
און זיך נישט געקענט אקייגנשטעלן דער חכמה און דעם גייסט, מיט וועלכן ער האט גערעדט.
אין וועמען איר זענט אויך געמלט געווארן מיט א באשניידונג (מילה) נישט מיט הענט געמאכט, דורך אויסטאן זיך פון דעם גוף פון פלייש, אין דער באשניידונג (מילה) פון דעם משיח;
ווארום דאס געמלט זיין האט טאקע א ווערט, אויב דו טוסט וואס די תורה זאגט; אבער אויב דו ביסט עובר די תורה איז דיין מילה געווארן אן ערלה.
צו וועמען אונדזערע פאטערס האבן נישט געוואלט זיין געהארכזאם, נאר האבן אים אפגעשטויסן און אין זייערע הערצער זיך געקערט קיין מצרים,
און דער, וואס האט באעוולט זיין חבר, האט אים אפגעשטויסן, זאגנדיק: ווער האט דיך געשטעלט פאר א שר און א שופט איבער אונדז?
און די ראשי האבות, מקנא זייענדיק יוספן, האבן אים פארקויפט קיין מצרים; און ה׳ איז געווען מיט אים,
דעם דאזיקן משה, וועמען זיי האבן פארלייקנט, זאגנדיק: ווער האט דיך געשטעלט פאר א שר און א שופט? אים האט ה׳ געשיקט ווי א שר און גואל, דורך דער האנט פון דעם מלאך, וואס האט זיך באוויזן צו אים אין דעם סנה.