23 און ווען ער איז אלט געווארן פערציק יאר, איז אים געקומען אויפן הארצן צו באזוכן זיינע ברידער די קינדער ישראל.
ווארום ה׳ האט עס זיי געגעבן אין זייערע הערצער אריין, צו טאן זיין עצה, און צו מאכן איין דעה, און צו געבן זייער קעניגרייך צו דער חיה, ביז ה׳ס ווערטער וועלן דערפילט ווערן.
יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי.
און אין אייניקע טעג ארום האט פוילוס געזאגט צו בר‑נבאן: לאמיר זיך אומקערן און באזוכן די ברידער אין אלע שטעט, אין וועלכע מיר האבן אנגעזאגט דאס ווארט פון דעם האר, (און זען) ווי עס דערגייט זיי.
א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט די זעלביקע זארג אין טיטוסנס הארץ פאר אייערטוועגן.
און זעענדיק איינעם ליידן אן עוולה, האט ער זיך אנגענומען און נוקם געווען פאר דעם געליטענעם, דערשלאגנדיק דעם מצרי.