Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 7:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 ער אבער האט געזאגט: ברידער און פאטערס, הערט! דער ג-ט פון כבוד האט זיך באוויזן צו אונדזער פאטער אברהם, בשעת ער איז געווען אין ארם נהרים, איידער ער האט געוואוינט אין חרן,

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 7:2
29 Referans Kwoze  

ברידער און פאטערס, הערט איצט אויס מיין פארטיידיקונג פאר אייך—


וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;


און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.


ראוי ביסטו, אָ האר אונדזער ג‑ט, אנצונעמען כבוד און ערע און מאכט; ווייל דו האסט אלץ באשאפן, און דורך דיין רצון זענען זיי דא און באשאפן געווארן.


און ווארטן אויף דער געבענטשטער האפענונג און דערשיינונג פון דעם כבוד פון דעם גרויסן ג‑ט און אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע,


וואס קיינער פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט האט זי נישט געקענט; ווייל וואלטן זיי זי יא געקענט, וואלטן זיי נישט אויפגעהאנגען אויף דער בוים דעם האר פון כבוד;


און ווען ער האט דאס געזאגט, איז געווארן א מחלוקה פון די פרושים מיט די צדוקים, און די מאסע האט זיך געשפאלטן.


דאס האט ישעיהו געזאגט, ווייל ער האט געזען זיין כבוד, און גערעדט וועגן אים.


כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן, און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן!


און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון, נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס (מחמת דיין איז דאס מלכות, און די מאכט, און די הערלעכקייט, אויף אייביק! אמן.)


און דער כהן גדול האט געזאגט: צי איז עס טאקע אזוי?


אז דער ג‑ט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער פאטער פון כבוד, זאל אייך געבן א גייסט פון חכמה און פון אנטפלעקונג אין דער דערקענטעניש פון אים;


דורך אמונה האט אברהם געהארכט, ווען ער איז גערופן געווארן, ארויסצוגיין צו אן ארט, וואס ער האט געזאלט באקומען פאר א ירושה; און איז ארויסגעגאנגען, נישט וויסנדיק, וואואהין ער גייט.


ברידער מיינע, נישט מיט נושא־פנים־זיין זאלט איר האלטן די אמונה פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דעם האר פון הערלעכקייט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite