Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 6:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 עס זענען אבער אויפגעשטאנען אייניקע פון דעם בית הכנסת, וואס האט געהייסן די שול פון די ליבערטינער, און פון קירניה און אלעקסאנדרענער און פון די (לייט) פון קיליקיען און אזיען; און האבן געהאלטן א וויכוח מיט סטעפאנוסן,

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 6:9
27 Referans Kwoze  

און נאכן איבערלייענען, האט ער אים געפרעגט פון וועלכער פראווינץ ער איז; און אז ער האט געהערט, אז פון קיליקיען,


איך בין א ייד, געבוירן אין טרסוס אין קיליקיען, דערצויגן אבער בין איך געווארן (דא) אין דער דאזיקער שטאט, ביי די פיס פון (תנא רבן) גמליאל, און מען האט מיך פלייסיק געלערנט די תורה פון אונדזערע אבות, און א קנאי בין איך געווען פאר ה׳, ווי איר אלע זענט עס ביים היינטיקן טאג.


און איז דורכגעגאנגען סיריען און קיליקיען און האט געשטארקט די קהלות.


שרייבנדיק דורך זייער האנט: די שליחים און די זקנים און ברידער צו די ברידער, וועלכע זענען פון די אומות העולם, און געפינען זיך אין אנטיאכיען און סיריען און קיליקיען, שלום!


און ווי זיי זענען ארויסגעגאנגען, האבן זיי געפונען א מענטשן, א מאן פון קירניה, מיט דעם נאמען שמעון; דעם דאזיקן האבן זיי געצוואונגען, אז ער זאל טראגן זיין בוים.


נאך דעם בין איך אוועק אין די געגנטן פון סיריען און קיליקיען.


און ווי די זיבן טעג האבן זיך שוין באלד געהאט געענדיקט, האבן יידן פון (קליין) אזיען אים דערזען אין בית המקדש, און האבן אויפגעהעצט דעם גאנצן המון, און ארויפגעלייגט זייערע הענט אויף אים,


דאס דאזיקע איז אנגעגאנגען צוויי יאר לאנג, אזוי, אז אלע איינוואוינער פון (קליין) אזיען, יידן און גריכן, האבן געהערט דאס ווארט פון דעם האר.


און א געוויסער ייד, מיטן נאמען אפאלאס, געבוירן אין אלעקסאנדריען, א געלערנטער מאן, מעכטיק אין די כתבי (הקודש), איז געקומען קיין עפעזוס.


און זיי זענען דורכגעגאנגען פריגיען און דאס לאנד גאלאטיען, ווייל עס איז זיי פארווערט געווארן פון דעם רוח הקודש צו רעדן דאס ווארט אין אזיען;


פאר דעם אלעם אבער וועלן זיי לייגן אויף אייך זייערע הענט, און אייך פארפאלגן, און וועלן אייך איבערגעבן צו די שולן און תפיסות און אייך פירן פאר מלכים און מושלים צוליב מיין נאמען.


איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.


היט זיך אבער פאר די מענטשן! מחמת זיי וועלן אייך איבערגעבן צום סנהדרין, און אין זייערע שולן וועלן זיי אייך שמייסן מיט ריטער;


וואו איז דער חכם? וואו דער סופר? וואו דער בעל וויכוח פון דער דאזיקער וועלט? צי האט דען ה׳ נישט צו נאר געמאכט די חכמה פון דער וועלט?


און אין אלע שולן האב איך זיי אפט באשטראפט, און זיי געצוואונגען צו לעסטערן; און זייענדיק אויסערסט צארנדיק אויף זיי, האב איך זיי גערודפט אפילו ביז אין שטעט חוץ לארץ.


און איך האב געזאגט: האר, זיי אליין ווייסן (דאך), אז איך פלעג איינזעצן אין תפיסה און שלאגן אין אלע שולן די, וועלכע גלויבן אין דיר;


האט פוילוס געזאגט: איך בין א ייד פון טארסוס אין קיליקיען, א בירגער פון אן אנגעזעענער שטאט; בעט איך דיך, דערלויב מיר צו רעדן צום פאלק.


און איר זעט און הערט, אז נישט נאר אין עפעזוס, נאר כמעט אין גאנץ (קליין) אזיען האט דער דאזיקער פוילוס איבערגערעדט און אפגעקערט אן אנגעזעענעם המון מענטשן, זאגנדיק, אז דאס זענען נישט קיין ג‑טער, וואס ווערן געמאכט מיט הענט;


און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.


און עס זענען געווען אין אנטיאכיען, אין דער דארטיקער קהילה, נביאים און מלמדים, בר‑נבא און שמעון, וואס האט געהייסן ניגער, און לוקיוס דער פון קירניה און מנחם, וועלכער איז דערצויגן געווארן צוזאמען מיט הורדוסן דעם טעטרארך, און שאול.


עס זענען אבער געווען אייניקע פון זיי, מענער פון קפריסין און קירניה, וואס, ווען זיי זענען געקומען קיין אנטיאכיען, האבן גערעדט אפילו צו גריכן, אנזאגנדיק די גוטע בשורה פון דעם האר יהושע/ישוע.


דערפאר, זע, איך שיק צו אייך נביאים און חכמים, און סופרים; א טייל פון זיי וועט איר טייטן און לאזן אויפהענגען אויף דער בוים; און א טייל פון זיי וועט איר שלאגן מיט ריטער אין אייערע שולן, און פארפאלגן פון שטאט צו שטאט;


און זיך נישט געקענט אקייגנשטעלן דער חכמה און דעם גייסט, מיט וועלכן ער האט גערעדט.


מיט וועלכע זיי האבן מיך געפונען, נאך דעם ווי איך האב מיך געהייליקט אינם בית המקדש, נישט מיט קיין המון מענטשן און נישט מיט קיין געטומל; נאר עס זענען דא אייניקע יידן פון (קליין) אזיען,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite