Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 6:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 און סטעפאנוס, פול מיט גנאד און גבורה, האט געטאן גרויסע אותות און מופתים צווישן דעם פאלק.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 6:8
11 Referans Kwoze  

און ער, זייענדיק פול מיט דעם רוח הקודש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געזען דעם כבוד פון ה׳, און יהושען/ישוען שטיין אויף ה׳ס רעכטער זייט,


און דאס ווארט איז געפעלן דעם גאנצן עולם; און מען האט אויסדערוויילט סטעפאנוסן, א מאן פול מיט אמונה און מיט דעם רוח הקודש, און פיליפוסן און פראכארוסן און ניקאנאר און טימאן און פארמענאס, און ניקאלאאסן, א גר פון אנטיוכיא.


ווארום אויב זיי האבן גוט געדינט אלס שמשים, דערווערבן זיי זיך א גוטע שטופע און גרויס דרייסטקייט אין דער אמונה, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע.


און אלע, וואס זענען געזעסן אין סנהדרין, האבן מיט שפאנונג געקוקט אויף אים, און געזען זיין פנים ווי (עס וואלט געווען) דאס פנים פון א מלאך.


און זיך נישט געקענט אקייגנשטעלן דער חכמה און דעם גייסט, מיט וועלכן ער האט גערעדט.


און די מאסן האבן אלע אינאיינעם פארנומען מיט פלייס פיליפוסנס רייד, הערנדיק און זעענדיק די אותות, וואס ער האט געטאן.


נאר זוכט זיך אויס, ברידער, צווישן אייך זיבן מענער, וואס האבן א גוטן נאמען און זענען פול מיט דעם רוח הקודש און מיט חכמה, זיי וועלן מיר באשטימען איבער דעם דאזיקן ענין;


און האט געגעבן אייניקע פאר שליחים, און אייניקע פאר נביאים, און אייניקע פאר מבשרים, און אייניקע פאר פאסטוכער און מלמדים;


און יהושע/ישוע האט געזאגט צו אים: אויב איר זעט נישט קיין אותות ומופתים, ווילט איר בשום אופן נישט גלויבן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite