Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 4:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 און עס איז נישט געווען קיין נויטליידנדער צווישן זיי, ווייל אלע, וואס האבן פארמאגט פעלדער אדער הייזער, האבן (די דאזיקע) פארקויפט, און געברענגט די פרייזן פון די פארקויפטע זאכן

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 4:34
14 Referans Kwoze  

און האבן פארקויפט זייער האב און גוטס און עס צעטיילט צו אלעמען, לויט ווי יעדער איינער האט זיך גענייטיקט.


און איך זאג אייך: מאכט אייך פריינד מיט דעם ממון פון אומגערעכטיקייט, כדי ווען עס וועט אויסגיין, זאלן זיי אייך אויפנעמען אין די אייביקע וואוינונגען אריין.


פארקויפט אייער האב און גיט צדקה; מאכט זיך בייטלען, וואס ווערן נישט אלט; אן אוצר, וואס לאזט זיך נישט אויס, אין הימל, וואו קיין גנב דערנענטערט זיך נישט און קיין מילב צעשטערט אויך נישט.


און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איך האב אייך ארויסגעשיקט אָן א געלטבייטל, און טייסטער, און שיך, האט אייך עפעס געפעלט? און זיי האבן געזאגט: קיין זאך נישט!


און יהושע/ישוע האט אויף אים א בליק געטאן און אים ליב געקריגן, און געזאגט צו אים: איין זאך פעלט דיר; גיי, פארקויף אלץ, וואס דו האסט, און גיב עס צו די ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, און פאלג מיר נאך!


האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך.


אנזאמלענדיק זיך אן אוצר ווי א גוטן יסוד אויף לעתיד לבוא, כדי זיי זאלן דערלאנגען דאס אמתע לעבן.


באזיצנדיק א פעלד, האט עס פארקויפט, און געברענגט דאס געלט, און עס אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים.


א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג‑ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.


כדי איר זאלט פירן אנשטענדיק קעגן די, וואס זענען אין דרויסן, און נישט דארפן אנקומען צו קיינעם.


אין דער איצטיקער צייט זאל אייער שפע זיין פאר זייער נויטבאדארפטיקייט, כדי אויך זייער שפע זאל זיין פאר אייער נויטבאדארפטיקייט, אזוי, אז עס זאל זיין גלייכהייט;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite