Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 4:27 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

27 ווארום באמת אין דער דאזיקער שטאט האבן זיך פארזאמלט קעגן דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע, וועמען דו האסט געזאלבט, הורדוס און פאנטיוס פילאטוס מיט די אומות (העולם) און די פעלקער ישראל,

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 4:27
53 Referans Kwoze  

און האבן אים געבונדן, און אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן, דעם גובערנאטאר.


בשעת דו טוסט אויסשטרעקן דיין האנט צו היילן, און צו טאן אותות און מופתים דורך דעם נאמען פון דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע.


און האט געזאגט; דער בר אנש מוז א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים און געטייט ווערן און דעם דריטן טאג אויפשטיין.


ווארום פאר אונדז איז געווען פאסן אזא כהן גדול, (וואס איז) הייליק, אומשולדיק, לויטער, אפגעזונדערט פון חוטאים און דערהייבט איבער די הימלען;


ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.


ווייל דו וועסט נישט איבערלאזן מיין נפש אין שאול (תחתית), דו וועסט אויך נישט דערלאזן דיין הייליקן צו זען פארדארבונג.


נאר איינער פון די זעלנער האט אים דורכגעשטאכן די זייט מיט א שפיז; און גלייך איז ארויסגעקומען בלוט און וואסער.


דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח.


זאגט איר אויף אים, וועמען דער פאטער האט געהייליקט, און געשיקט אין דער וועלט אריין: דו לעסטערסט; ווייל איך האב געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער?


צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען.


און די מענער, וואס האבן אים (יהושען/ישוען) באוואכט, האבן אפגעשפאט פון אים, און אים געשלאגן.


דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר, ווייל ער האט מיך געזאלבט, כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט; ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע, און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען, די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,


און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.)


אזוי האבן אויך די הויפט כהנים אפגעשפאט צווישן זיך צוזאמען מיט די סופרים, און געזאגט: אנדערע האט ער געהאלפן, זיך אליין קען ער נישט העלפן.


זע, גייען מיר ארויף קיין ירושלים, און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און די סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם);


ירושלים, ירושלים, וואס הרגעסט די נביאים, און שטייניקסט די, וואס זענען געשיקט צו דיר! וויפל מאל האב איך געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון זאמלט איין אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט.


וואס אבער מיינט איר? א מענטש האט געהאט צוויי קינדער; און ער איז צוגעגאנגען צו דעם ערשטן, און געזאגט: מיין קינד, גיי ארבעט היינט אין וויינגארטן.


אין יענער צייט האט הורדוס דער טעטרארך געהערט פון ישועס שם,


מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס.


נאר ווען מען האט געפייערט הורדוסנס געבוירנטאג, האט הורודיהס טאכטער געטאנצט פאר די געסט און איז הורדוסן וואוילגעפעלן.


און זייער גאנצע עדה איז אויפגעשטאנען, און אים אוועקגעפירט צו פילאטוסן.


פילאטוס איז דעריבער ארויסגעגאנגען צו זיי אינדרויסן, און געזאגט; וואס פאר א באשולדיקונג ברענגט איר קעגן דעם דאזיקן מענטשן?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite