Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 4:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און בשעת זיי האבן גערעדט צום עולם, זענען אויף זיי געקומען די כהנים און דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די צדוקים,

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 4:1
20 Referans Kwoze  

און ער איז אוועקגעגאנגען, און זיך אפגערעדט מיט די הויפט כהנים און הויפטלייט, אויף וואס פאר אן אופן ער זאל אים איבערגעבן צו זיי,


און האבן אויפגעהעצט דאס פאלק און די זקנים און די סופרים, און זענען אויפגעשטאנען און אים גענומען מיט געוואלד, און אוועקגעפירט צום סנהדרין,


דעמאלט איז דער מיליטערישער הויפטמאן אוועק צוזאמען מיט די משרתים, און זיי געברענגט, (דאך) נישט מיט געוואלד; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק, מען זאל זיי נישט שטייניקן.


און ווי דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די הויפט כהנים האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, זענען זיי פארצווייפלט געווארן איבער זיי, וואס עס וועט פון דעם דאזיקן ווערן.


ווען אבער ער האט געזען א סך פון די פרושים און פון די צדוקים קומען צו דער מקווה, האט ער צו זיי געזאגט: איר שלאנגענקינדער, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין, אז איר זאלט אנטלויפן פון דעם קומענדיקן גרימצארן?


און חנן דער כהן גדול, און קיפא און יוחנן און אלעקסאנדער, און אלע, וואס זענען געווען פון דעם כהן גדולס משפחה.


און יהודה האט באקומען די אפטיילונג (סאלדאטן) און משרתים פון די הויפט כהנים און פרושים, און איז אהינגעקומען מיט פאקלען און לאמפן און כלי זין.


געדענקט דאס ווארט, וואס איך האב אייך געזאגט: א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר. אויב מען האט מיך גערודפט, וועט מען אייך אויך רודפן; אויב מען האט געהאלטן מיין ווארט, וועט מען אויך אייערס האלטן.


דעסגלייכן האבן אויך די הויפט כהנים מיט די סופרים און זקנים אפגעשפאט פון אים, און געזאגט:


די הויפט כהנים אבער און די זקנים האבן איבערגערעדט די המונים מענטשן, אז זיי זאלן פארלאנגען בר‑אבאן, יהושען/ישוען אבער צו לאזן אומברענגען.


און זיי שיקן צו אים זייערע תלמידים מיט הורדוסנס לייט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און אז דו לערנסט באמת דעם וועג פון ה׳, און פרעגסט נישט נאך קיינעם; מחמת דו ביסט נישט נושא פנים קיין מענטשן.


דעמאלט האבן זיי איינגעזען אז ער האט נישט געזאגט, זיי זאלן זיך היטן פארן זויערטייג פון ברויט, נאר פאר דעם פלפול פון די פרושים און צדוקים.


און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה.


און עס איז געשען, אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט דאס פאלק אין בית המקדש, און אנגעזאגט די גוטע בשורה, זענען די הויפט כהנים און די סופרים און די זקנים צוגעטרעטן


און דער כהן גדול איז אויפגעשטאנען און אלע, וואס זענען געווען מיט אים (דאס איז די כיתה פון די צדוקים), און זענען פול געווארן מיט קנאה,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite