8 און ער איז אויפגעשפרונגען און האט זיך אנידערגעשטעלט, און איז ארומגעגאנגען; און איז אריינגעגאנגען מיט זיי אין בית המקדש אריין, ארומגייענדיק און שפרינגענדיק און לויבנדיק ה׳.
האט געזאגט מיט א הויך קול: שטעל דיך גלייך אויף דיינע פיס! און ער האט א שפרונג געטאן און איז ארומגעגאנגען.
פריידט זיך אין יענעם טאג און טאנצט, ווארום זע, גרויס איז אייער שכר אין הימל; ווארום אזוי־אָ האבן זייערע עלטערן געטאן צו די נביאים.
שפעטער האט יהושע/ישוע אים געפונען אין בית המקדש, און צו אים געזאגט: זע, דו ביסט געזונט געווארן; זינדיק נישט מער, כדי קיין ערגערס זאל דיר נישט געשען.
און תיכף ומיד איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט, לויבנדיק ה׳; און דאס גאנצע פאלק, וואס האט דאס געזען, האט אפגעגעבן א שבח צו ה׳.
און ער האט אים אנגעכאפט ביי דער רעכטער האנט און אים אויפגעשטעלט; און אין אן אויגנבליק זענען זיינע פיס און קנעכלעך געשטארקט געווארן.
און דער מענטש, אין וועמען עס איז געווען דער בייזער גייסט, האט אויף זיי א שפרונג געטאן, און איבערגעוועלטיקט צוויי פון זיי, און זיי (אזוי) בייגעקומען, אז זיי זענען אנטלאפן פון יענעם הויז נאקעט און פארוואונדעט.