Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 3:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 און איצט, ברידער, איך ווייס, אז איר האט עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט, ווי אויך אייערע שרים.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 3:17
23 Referans Kwoze  

יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.)


ווארום די איינוואוינער פון ירושלים און זייערע שרים, פארמשפטנדיק אים, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, האבן דערפילט די רייד פון די נביאים, וואס ווערן געלייענט יעדן שבת.


וואס קיינער פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט האט זי נישט געקענט; ווייל וואלטן זיי זי יא געקענט, וואלטן זיי נישט אויפגעהאנגען אויף דער בוים דעם האר פון כבוד;


און דאס וועלן זיי טאן, ווייל זיי האבן נישט געקענט דעם פאטער, און נישט מיך.


מיך, וואס איך בין פריער געווען א לעסטערער און א פארפאלגער און אן אפשפעטער; דאך האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר, ווייל איך האב עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט אין אומגלויבן;


נאר זייערע מחשבות זענען פארהארטעוועט געווארן? ווארום ביז צום היינטיקן טאג בלייבט די זעלביקע מסוה נישט אפגעדעקט ביים לייענען דעם ברית הישנה (תנ״ך), ווייל זי ווערט אוועקגענומען (נאר) אינם משיח.


ה׳ האט נישט פארווארפן זיין פאלק, וועלכעס ער האט געקענט פון פריער. אדער צי ווייסט איר נישט, וואס דער פסוק זאגט וועגן אליהו, ווען ער ווענדט זיך צו ה׳ קעגן ישראל, זאגנדיק:


איך אליין טאקע האב מיר געטראכט, אז איך מוז א סך טאן קעגן דעם נאמען פון יהושע/ישוע פון נצרת.


און געזאגט צו אהרנען: מאך אונדז ג‑טער, וואס זאלן גיין פאר אונדז; ווארום דער דאזיקער משה, וועלכער האט אונדז ארויסגעפירט אויס דעם לאנד מצרים, ווייסן מיר נישט וואס עס איז געשען צו אים.


האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: צי ביסטו אויך פון גליל? פארש און זע, אז פון גליל שטייט נישט אויף קיין נביא.


נאר אויב צו לעבן אין דעם פלייש, איז דאס דאזיקע פאר מיר פרוכט פון ארבעט; און איך ווייס נישט וואס אויסצודערוויילן.


און פילאטוס האט צוזאמענגערופן די הויפט כהנים און די שרים און דאס פאלק.


אבער דאס אלץ וועט מען אייך טאן צוליב מיין נאמען, ווייל זיי קענען נישט אים, וואס האט מיך געשיקט.


ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן.


און זיי האבן צו אים געזאגט: נישט מיר האבן דערהאלטן בריוו פונם (לאנד) יהודה וועגן דיר, נישט איז עמיצער פון די ברידער געקומען, וועלכער האט דערציילט אדער געזאגט עפעס שלעכטס אויף דיר.


וועלכע זענען פארפינסטערט אין זייער פארשטאנד, פארפרעמדט פון דעם לעבן פון ה׳, צוליב דעם אומוויסן, וואס איז אין זיי, דורך דער פארטעמפטקייט פון זייער הארץ;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite