Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 28:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און ווי די בארבארן האבן געזען די חיה הענגען אויף זיין האנט, האבן זיי געזאגט איינער צום אנדערן: דער דאזיקער מענטש איז זיכער א מערדער, וועלכער, הגם ער איז אנטרונען פונם ים, לאזט אים דאך די גערעכטיקייט נישט לעבן.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 28:4
20 Referans Kwoze  

אדער יענע אכצן, אויף וועלכע דער טורם איז איינגעפאלן אין שילוח און האט זיי געטייט, מיינט איר (אפשר), אז זיי זענען געווען חייב מער ווי אלע מענטשן, וואס וואוינען אין ירושלים?


און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר מיינט (אפשר), אז די דאזיקע גלילים זענען געווען גרעסערע חוטאים ווי אלע לייט פון גליל, ווייל זיי האבן אזעלכעס געליטן?


ער אבער האט אראפגעשאקלט די חיה אין פייער אריין, און עס האט אים גארנישט געשאדט.


און די בארבארן האבן אונדז ארויסגעוויזן אן אויסערגעוויינלעכע מענטשלעכקייט; ווארום זיי האבן אנגעצונדן א פייער און אונדז אלעמען אויפגענומען צוליב דעם רעגן, וואס האט געהאלטן אין איין פאלן און צוליב דער קעלט.


משפט נישט לויט דעם אויסערלעכן שיין, נאר א גערעכט משפט זאלט איר משפטן.


כדי עס זאל קומען אויף אייך דאס גאנצע רעכטפארטיקע בלוט, וואס איז פארגאסן געווארן אויף דער ערד, פון דעם בלוט פון הבל דעם צדיק ביז צום בלוט פון זכריה בן ברכיה, וועמען איר האט געהרגעט צווישן דעם היכל און דעם מזבח.


די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!


און דער גאנצער עולם האט ענטפערנדיק געזאגט; זיין בלוט אויף אונדז, און אויף אונדזערע קינדער!


און פוילוס האט צונויפגעזאמלט א בינטל ריטער און עס ארויפגעלייגט אויפן פייער, און א שלאנג איז ארויסגעקומען, מחמת דער היץ, און האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין האנט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite